בענקעניש צום רבי'ן

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

בענקעניש צום רבי'ן

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:52 pm

בעזהי"ת

עס קלאפט מיר א ציין אויף א ציין
און מיין הארץ שטורעמט מיט צער
מיינע באקן זענען נאס פון געוויין
און מיין מח מישט נאך א זכר נאך א מעמואר

דער רבי איז מער נישט פאראן
ער איז געגאנגען ווייטער אין זיין וועג
ער האט גענומען צום הימל נאך א שפאן
און אונז געלאזט אליין אויסלעבן אונזערע טעג

ווי נאר א טאג עס גייט פארביי
ווערן די בענקענישן גרעסער
די וואונד איז נאך פריש און טוט גאר שטארק וויי
און די געפילן ווערן פארשלאסן מיט שלעסער

וואו איז דיין לעכטיגער שמייכל
וואו איז דיין אייביגער שטראל
האסט איבערגעלאזט ליידיג דיין היכל
און דיינע אנהענגער פארביטערט ווי גאל

דו ביסט געווען אלט און שוואך
אבער דיין הארץ האט געשפירט ווי א קינד
האסט אייביג ארויסגעהאלפן אזוי סאך
און וואס טוט מען דא אן דיר אצינד

אין בית החיים איך שפאציר אריין
איך שלעפ זיך ארויף דעם בארג מיט טרויער
אבער אנשטאט דיר זעה איך א שטיין
רבי וואו איז דיין אויער

איך וויל אריינברומען אין דיינע אויערן
מיינע ווייטאגן און מיינע קלעמען
אבער יעצט בין איך פארלוירן
חיזוק זאג מיר פון וואו צו נעמען

אז דו ביסט נישט דא איז גארנישט דא
וואס האב איך אפילו דא צו זוכן
א שאד די גאנצע צייט יעדע מינוט און שעה
מער און מער אין די בלאטעס אריינצוקריכן

איך האף אז יעצט איז דיר גוט אויבן
און דו זיצט רואיג אין שאטן
אבער האק און קלאפ אויף די שויבן
און בעט עס זאל מיר גיין געראטן

און שבת ביינאכט ווען דו זינגסט
דיינע הייליגע שיינע תנועות
ועתה יגדל נא דו שפרינגסט
און דו באקומסט שכר פאר דיינע זכויות

דוד המלך מיט זיין פידל ער אנפירט
דיינע ניגונים די תנועות און די מילים
מיט וואס דו האסט באצירט
זיין הייליגן ספר תהלים

דער הייליגער רוזשינער און אלע זיינע קינדער
קוקן אויף דיר מיט הארציגע בליקן
און זעען וויאזוי דו האסט מיט אזא וואונדער
מיט ניגונים זיך געטון אויסדריקן

דער הייליגער שטעפינעשטער זינגט מיט דארט
און טוט זיך מיט דיר אויפטון
ביי כל מקדש זאגסט דעם וועכנטליכע ווארט
און מען שטעלט זיך אויף טאנצן אינמיטן דערין

דיין הייליגער טאטע שטייט אויך פארגאפט
און זינגט אויך די מעלאדיעס
ער זעט ווי אזויפיל קדושה האסט זיך געשאפט
אין א וועלט פון שמוץ און כפירה שטודיעס

און א קליין מחשבה'לע קומט אפיר
עס קען זיין אז עס איז דיר אזוי באקוועם
און האסט נישט קיין צייט צו טראכטן פון מיר
פון מיינע ווייטאגן און פון מיין פראבלעם

בעט איך דיר רבי מיט טרערן
זאלסט מיר טון די דאזיגע גענאדע
און זאלסט מיר אויך אין הימל פון דא הערן
און פועל'ן פונדערנאנט אוודאי

גיב מיר כח זיך צו האלטן פעסט
איינמאל ביסט פון מיר געגאנגען אוועק
און ביי תחיית המתים ווען דו וועסט
ארויסקומען צו אונז גיב א בליק צו מיר ביים עק

קוק מיר אן און גיב מיר כח
כדי איך זאל קענען ווייטער גיין
לייג אריין א פרישקייט אין מיין מח
ווייל איך קען נישט אליין...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:06 pm

זייער שיין. אויב איינער כאפט נישט, רעדט ער דא פון הרה"ק רבי ישראל אברהם מסקולעני זכר צדיק לברכה

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:08 am

קדוש קדוש קדוש
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:50 pm

!!!MASTERPIECE

בבחינת ויחד...
א זיסע שטיקל אויף א ביטערע טעמע.

אוי רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.......

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:52 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:זייער שיין. אויב איינער כאפט נישט, רעדט ער דא פון הרה"ק רבי ישראל אברהם מסקולעני זכר צדיק לברכה

אויב איינער כאפט נישט העלפט נישט ווען דו זאגסט אים אויך נישט.
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:38 am

טישטוך האט געשריבן:קוק מיר אן און גיב מיר כח
כדי איך זאל קענען ווייטער גיין
לייג אריין א פרישקייט אין מיין מח
ווייל איך קען נישט אליין...

אין כללי אמונת חכמים פון יסוד העבודה מסלאנים זצ"ל ברענגט ער פון הרה"ק רבי נח מלעכוויטש זי"ע אז דורכן זיך מקשר זיין מיט די צוויגלעך וואס דער רבי האט איבערגלאזט נאר אזוי קען מען ממשיך זיין צו גיין אינעם וועג ודו"ק.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 6:28 am

מה זה צוויגלעך?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:01 am

ענפים

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:46 am

הייסט אז א רבי וואס האט נישט זוכה געווען צו ענפים קען מען נישט ממשיך זיין יין זיין וועג. חידושים נפלאים

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:08 pm

הערליכע מעלאדיע.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 4:50 am

בראשית ברא האט געשריבן:הייסט אז א רבי וואס האט נישט זוכה געווען צו ענפים קען מען נישט ממשיך זיין יין זיין וועג. חידושים נפלאים

איך פארשטיי נישט פארוואס דו האסט פארשטאנען אזוי.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט