בלאט 1 פון 1

די אייגענע הספד געשריבן = דער אומפארענדיגטער טאג-בוך =

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:21 pm
דורך געוואלדיג
בס"ד


ווען אידיש בלוט איז געפלאסן
מען האט קיין רחמנות גענאסן
ווי הינט זיי נאכגעשאסן

געלאפן אהין אהער
אוועק פונעם לייב, געטראפן דעם בער
נישט ארויסגעבן וועט ווער

אויפן בוידעם אונטער שטרוי
די הימל אזוי גרוי
אוועקגעשיקט די פרוי

עלנד אליין געבליבן
די אייגענע הספד געשריבן
און אויף די קרובים זיבן

אוי, ווער קען שאצן
די הארץ טוהט פלאצן
אזוי שרייבט מען זאצן

די טאכטער קוים 3 יאר געווען
די שוועסטער האט יעדער געזעהן
די טאטע מאמע אינעם וועלדל איז עס געשעהן

פון אלע געבליבן דריי נאר
צאזאמען באהאלטן אינעם בור
זענען זיי געבליבן די איינציגע פונעם דור?

אנטלאפן פונעם לעצטן טייוול גיך
אבער צוויי געטראפן מיטן טאטען און מאמען זיך
נאר איינער געבליבן אנע שיך
נאר אונטער די האנט "דער אומפארענדיגטער טאג בוך"



געשריבן אונטערן איינדרוק פון די ביטערע קינה פון הרה"ג ר' חיים יצחק וואהלגעלערנטער זצ"ל הי"ד וואס האט געשריבן אויף זיך אליין און זיין טאכטער און אלע זיינע נאנטע,
ער אליין האט נישט עספיעט צו ענדיגן זיין טאג בוך, צו צוריק זעהן די זון שיין אלס א פרייער מאן, זיך צוריק צו פאראייניגן מיט זיין בענקעדיגע פרוי און זוהן, צו ערציהען זיין אייגענער זוהן, צו זוכה זיין צו קבר ישראל, נאר געווארן ערמארדעט דורכן קאלטבלוטיגן מערדערישער פויער וואס האט פארשטאנען אז די אומגליקליכע אידן געטרויען איהם מער נישט, האט ער זיי ארויסגענומען און אומגעברענגט, הי"ד.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:39 pm
דורך קרייסלער
געווען באשריבן אין דער איד אין פארום פון א פארזעצונג און איז יעצט ערשינען א בוך

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:51 pm
דורך ענדע צדיק!
אנגעהויבן נעכטן צי ליינען דעם בוך, רירנד ביז גאר.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:12 pm
דורך לעכטל
יא געליינט די בוך, עס איז מורא'דיג מורא'דיג!

Re: די אייגענע הספד געשריבן = דער אומפארענדיגטער טאג-בוך =

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:13 pm
דורך מונאוויטש
כ'האלט איצט אינמיטן פארטיגן לעזען דעם טרויעריגן אומפארענדיגטן טאג-בוך.

זיין שריפטליכער טאלאנט איז עפעס שלא מן העולם הדין. די איינטראגעס זענען א מייסטערהאפטיגע געבוי פון קינה און הומאר, נקמה און בענקשאפט, ווייטאג און תקוה. גאר ספעציעל זענען די פרקים אין וועלכע ער דרוקט זיך אויס זיינע שטורמישע געפילן, צב"ש דער קאפיטל "יזכור".

אגב, ער איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגן חוזה מלובלין זצ"ל.
געוואלדיג האט געשריבן:
ער אליין האט נישט עספיעט צו ענדיגן זיין טאג בוך, צו צוריק זעהן די זון שיין אלס א פרייער מאן, זיך צוריק צו פאראייניגן מיט זיין בענקעדיגע פרוי און זוהן, צו ערציהען זיין אייגענער זוהן, צו זוכה זיין צו קבר ישראל, נאר געווארן ערמארדעט דורכן קאלטבלוטיגן מערדערישער פויער וואס האט פארשטאנען אז די אומגליקליכע אידן געטרויען איהם מער נישט, האט ער זיי ארויסגענומען און אומגעברענגט, הי"ד.
ס'איז טאקע אזוי געווען אז זיין לעצטע בעל אכסניא, דער פויער, האט זיי ערמארדעט? איך געדענק עס נישט ליינען אינעם בוך.

Re: די אייגענע הספד געשריבן = דער אומפארענדיגטער טאג-בוך =

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:19 pm
דורך דרייטצעך
מונאוויטש האט געשריבן:
כ'האלט איצט אינמיטן פארטיגן לעזען דעם טרויעריגן אומפארענדיגטן טאג-בוך.

זיין שריפטליכער טאלאנט איז עפעס שלא מן העולם הדין. די איינטראגעס זענען א מייסטערהאפטיגע געבוי פון קינה און הומאר, נקמה און בענקשאפט, ווייטאג און תקוה. גאר ספעציעל זענען די פרקים אין וועלכע ער דרוקט זיך אויס זיינע שטורמישע געפילן, צב"ש דער קאפיטל "יזכור".

אגב, ער איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגן חוזה מלובלין זצ"ל.


ס'איז טאקע אזוי געווען אז זיין לעצטע בעל אכסניא, דער פויער, האט זיי ערמארדעט? איך געדענק עס נישט ליינען אינעם בוך.
דער בוך אז דא צו באקומען בחינם?
געזען ערגעץ וואו אויפן וועלטל א לינק, אבער נאר געווען מיינעך אן עקסעס, עכ"פ מען האט עס נישט געקענט דאונלאודן.

Re: די אייגענע הספד געשריבן = דער אומפארענדיגטער טאג-בוך =

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 10:36 pm
דורך מונאוויטש
בחינם דאונלואודן ווייס איך נישט, אבער מ'קען עס קריגן ביים ארויסגעבער איזראעל בּוקשׁאַפּ.

https://www.israelbookshoppublications. ... 9p1438.htm
6244_6097ed8302fcf7.05699107_IBSY101-2-lightbox_1100x.jpg
6244_6097ed8302fcf7.05699107_IBSY101-2-lightbox_1100x.jpg (140.26 KiB) געזען 550 מאל