אזא פשוט׳ע שעלף, אוי טאטע העלף!

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

אזא פשוט׳ע שעלף, אוי טאטע העלף!

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:33 am

א טראגעידע ווער דערהייבט
אזוי טראגיש, ווער וואלט געגלייבט
אז א קינד טוט אין שולע פארן
און אהיים איז זי אין א ארון

דערציטערט איז די גאנצע גאס
געשעהן איז דאס גאר אין קלאס
א מיידעלע קוים זיבן
א גזירה פאר איר פארשריבן

אוי טאטע! העלף
דאס איז דאך א פשוטע שעלף
וויאזוי קען דאס א לעבן אפשניידן
באשעפער, אזעלכע גזירות טוה שוין פארמיידן

דיין וועלטע׳לע ווי א שולע
מיט מענטשעלעך פילע
אזויפיל מענטשן פאלן אוועק
אונזער גזירות שוין פארמעק

יעדן טאג פרישע בשורות
מען הערט דאך צרות צרורות
מיר קענען עס שוין נישט דערהייבן
פון היינט אן נאר גוטס טוה אונז פארשרייבן.
לעצט פאראכטן דורך גראמער אום דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:16 am

יוש ממש א פחד

כאפט א טרײסל אין די בײנער

זײער צום פינטל געשריבן

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:57 pm

גראמער האט געשריבן:א טראגעידע ווער דערהייבט
אזוי טראגיש, ווער וואלט געגלייבט
אז א קינד טוט אין שולע פארן
און אהיים איז זי אין א ארון

דערציטערט איז די גאנצע גאס
געשעהן איז דאס גאר אין קלאס
א מיידעלע קוים זיבן
א גזירה פאר איר פארשריבן

אוי טאטע! העלף
דאס איז דאך א פשוטע שעלף
וויאזוי קען דאס א לעבן אפשניידן
באשעפער, אזעלכע גזירות טוה שוין פארמיידן

דיין וועלטע׳לע ווי א שולע
מיט מענטשעלעך פילע
אזויפיל מענטשן פאלן אוועק
אונזער גזירות שוין פארמעק

יעדן טאג פרישע בשורות
מען הערט דאך צרות צרורות
מיר קענען עס שוין נישט דערהייבן
פון היינט אן נאר גוטס טוה אונז פארשרייבן.


מיין טייער קינד טו ציהערען
טו נישט קיין קשיות פארמערן
איך בין דאך דער גרעסטער בעל הרחמים
ממלא זיי נישט קיין מחמיר

מיין השגחה עליונה האט אזוי אויסגקליבן
אין פאר די גאנצע יצירה פין דעם א טובה נאר געבליבן
אבער אויב איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס
וועט מיין הנאה פין דיין אמונה פשיטא פארלורען ווערן ווי א זייפן בלאז
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג יולי 28, 2019 1:11 am

אוי! שווער צו זאגן "גוט" ווען ס'איז געשריבן אויף אזא שווערע פאסירונג. אבער ווען דו וואלסט ווען געשריבן אזא שטיקל אויף א פרייליכע מעשה וואלט עס געווען הערליך שיין און גוט.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יולי 28, 2019 2:38 am

עס איז מורה'דיג ווי גראמען וועקט אויף אידישע געפילן.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט