דער מארגן...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

דער מארגן...

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג יוני 17, 2019 11:02 am

בס"ד

צו מיין טייערער פריינט ---


וואו אימער איך גיי און פאשע

און פרעג איבער די זעלבע קשיא

טרעף נישט קיין תירוץ אין גמרא תוספות רש"י

פארוואס איז דער מארגן אזא סטראשע



דו ווייסט אז מיר איז ווירקליך גענוג

נישט צו זיין אזוי געמיין און נידריג

זאל מען נאר וויסן אז איך בין געווען קלוג

און דער מארגן אלס געווען מיט מיר אין קריג



קום מיר אין רוים מיר אריין אין אויער

בארואיג אביסל דעם טיפן טרויער

מאך אביסעלע זיס דאס וואס איז זויער

דער מארגן וועט מער נישט זיין אזוי שווער אומגעהויער



זאג מיר אז איך האב נישט מער וואס צו קרומען

אויף אלס וואס די וועלט טוט אויסרימען

ווייל מען האט שוין געטון באשטימען

דער מארגן וועט שוין מער נישט קומען



נישט דא מער מיט וואס צו טריאומפירן

נישטא די וועלט נישטא די וואס דעזיגנירן

די זון איז פארביי מיט אירע פאלשע קאלירן

דער מארגן איז עפעס וואס מען וועט שוין נישט שפירן



אדער לאז זיך מיט א געדאנק הערן

די פראבלעמען אוועקצוקערן

זיך צו קענען אפווישן די טרערן

אז דער מארגן זאל נישט איבלען און שטערן

דיין חבר ---
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג יוני 17, 2019 1:57 pm

הערליכע פאעזיע!!!
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 17, 2019 7:45 pm

הערליש!
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע. אי"ה צום ווידערזען!

אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אויף gilyoinois@gmail.com און איך וועל העלפן כפי מסת הפנאי (אבער מיט רחמנות... און נישט קיין אישיס אדער לינקס צו אייוועלט)

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג יוני 17, 2019 7:49 pm

הערליך פאיעטיש!!
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 17, 2019 7:51 pm

זיס.
ווייל ס'מאכט שפירן די זיסקייט פונעם היינט.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יוני 17, 2019 7:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

תגובהדורך ספיקער » מאנטאג יוני 17, 2019 7:52 pm

שיין. הערליך.

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג יוני 17, 2019 7:52 pm

פאכמאניש.
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג יוני 17, 2019 10:02 pm

שיין געשריבן!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט