בלאט 1 פון 1

מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 2:01 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ניגון שימנו כחותם... פון לחיים זיץ השבעתי, יוסף משה כהנא

(שימנו כחותם) ליכטיגקייט פון איבעראל,
(על לבך) די הארץ טיף נתפעל,
(כחותם, על, זרועיך) די נאכט אליין, איז ליכטיג, ווי דעמאלטס אמאל,

(שימנו, כחותם) דער טיש, ווייס אנגעקליידט,
(על לבך) יעדער ארום שטייט גרייט,
(כחותם על זרועיך) די דערהויבנקייט עס שיינט זיך, פון א יעדע זייט,

(שימנו כחותם) די היסב בעט, אויבן אן ברייט,
(על לבך) מיט קישעלעך אנגעגרייט
(כחותם, על זרועיך) א צייט ווען, מיר ווערן באפרייט

(שימנו, כחותם) קדש, מיט זיין זיסן טאן
(על לבך) טאטי, הייב שוין אן
(כחותם על זרועיך) איך זאל נישט איינשלאפן, והגדת דארפסטו טאן.

(כי עזה, כמות, אהבה) איך טראכט, ווי ווייט, איך בין פון דיר
(קשה, כשאול, קנאה) איך שפיר ווי ווייט, די סדר איז פון מיר
(רשפיה רשפי אש) וויאזוי קען איך מיט אזא פנימיות'דיג חדר
(של,הבת קה) זיך מקשר זיין מיט'ן הייליגן סדר

(כי עזה, כמוות, אהבה) ווען איך וואלט ווען, געווען, פיל מיט ליבשאפט צו דיר
(קשה, כשאול, קנאה) ווען איך וואלט ווען, געווען, פיל מיט תורה אן א שיעור,
(רשפיה, רשפי אש) דעמאלט וואלט די סדר, געווען מער מיין זאך
(של,הבת קה) און איך וואלט ווען, אויפגעטון אסאך

(מים רבים, מים רבים) זאגט אונז דער אייבערשטער, דאס איז נישט א שטער
(לא יכלו, לכבות את האהבה) אויף די דעמאלט'דיגע יודן געב א קוק, געהאט אויף זיך דעם זעלבן בליק
(אוי אוי אוי אוי, לא יכלו, לכבות את האהבה) אוי אוי אוי אוי, אויך זיי יענע מאל, זיך ארויס געריסן מיט איינמאל
(אוי אוי, לא יכלו, לכבות את האהבה) אוי אוי, דו קענסט אויך קינד מיין, היינט א באפרייטער זיין,
(ונהרות לא ישטפוה) וויל נאר ארויסקומען און ווערן מיינס.

(מים רבים, מים רבים) רבש"ע, הייליגער בורא
(לא יכלו, לכבות את האהבה) וויפיל עס וועט אריבערגיין אויף מיר, וועט דאס מיך נישט אפרייסן פון דיר
(לא יכלו, לכבות את האהבה) אוי אוי אוי אוי, איך וועל אלעמאל צוריקלויפן, קיין חילוק פון וועלכע אופן
(לא יכלו, לכבות את האהבה) אוי אוי, גארנישט וועט מיך צוקלאפן, איך זאל אויפהערן זיך צו דיר דראפן
(ונהרות לא ישטפוה) טאטע איך בלייב אויף אייביג דיינס.

והשם הטוב יעזור

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 2:32 pm
דורך יום זה מכובד
פון נשמ"ה ארויס!
מורא'דיג!
מלא טעם ותוכן!
יש"כ

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 3:53 pm
דורך אדער יא
תודה רבה @נשמה, חיזוק גדול.