א טרער אויפן פרישן קבר פון אדמו"ר מסקולען זצ"ל

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

א טרער אויפן פרישן קבר פון אדמו"ר מסקולען זצ"ל

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:23 pm

איך ווייס אז יעצט איז דיר בעסער,
אבער איך וויין נאך אלץ,
יא, פון אויבן זעהט מען פיל גרעסער,
אבער די טרערן שטיקן מיין האלז,

איך ווייס אז אלעס איז גוט,
אבער ס'טוט דאך וויי,
אפן איז נאך די שניט,
ווען ביי דיין מצבה איך שטיי,

און איך זאג;
רבי, רבי, ווען אויבן אין הימל דו שטייסט,
רבי, רבי, ווען אויף די אייביגע וועג דו גייסט,
קוק צוריק, ווען מיר קוקן אויף דיר,
גיב אונז דעם בליק, ענקערע הערצער איך שפיר,
פאר אונז בעט,
דעם וועג אויסטרעט,
און דו וועסט זיין מיט אונז, ווי אויף די וועלט,


מיר קענען דיך טאקע שוין נישט זעהן,
אבער דיין ווארעם שמייכל באגלייט,
א סימבאל פאר אונז געווען,
דיינע זכותים פאראויס גייט,

אזויפיל מיטגעמאכט, אונז געהאלטן פעסט,
אויפגעשטעלט א שבט אין כלל ישראל,
און דו קוקסט דיך אום אויף דיין נעסט,
רבי, דו לעבסט נאך מער ווי אלעמאל

און איך זאג;
רבי, רבי, ווען אויבן אין הימל דו שטייסט,
רבי, רבי, ווען אויף די אייביגע וועג דו גייסט,
קוק צוריק, ווען מיר קוקן אויף דיר,
גיב אונז דעם בליק, ענקערע הערצער איך שפיר,
פאר אונז בעט,
דעם וועג אויסטרעט,
און דו וועסט זיין מיט אונז, ווי אויף די וועלט,
לעצט פאראכטן דורך טינט אום דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:04 pm

הערליך און הארציג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:07 pm

גיוואלדיג ווארעם! אוי דאס הארץ בענקט!!

(איז עס געבויט אויף א ניגון? וועלכע?)

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:08 pm

טויש די קעפל אויף "א טרער אויפן פרישן קבר פון..."
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טינט
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:16 pm

זענדל האט געשריבן:גיוואלדיג ווארעם! אוי דאס הארץ בענקט!!

(איז עס געבויט אויף א ניגון? וועלכע?)

ניין, נישט אויף קיין ניגון, סתם בענקעניש
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

הייליג
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:22 pm

טינט האט געשריבן:איך ווייס אז יעצט איז דיר בעסער........

הערליך איז נישט דאס ווארט
מיט אביסעלע "טינט" פארצייכענען די געפילען, ליינענדיג די שורות, רייך אין טאלאנט, תוכן, גוט געשריבען,
שיין ארויסגעברענגט אן קיין איבריגע ווערטער, ממש צו שטוינען,

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 4:51 pm

ס'גיסט זיך טינט אין אלע זייטן... ביסט מורא'דיג!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 5:07 pm

מיך ארויסגעברענגט א טרער.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

שבת פארטי
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 5:59 pm

הערליך

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 6:09 pm

בס"ד
הייליג האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:איך ווייס אז יעצט איז דיר בעסער........

הערליך איז נישט דאס ווארט
מיט אביסעלע "טינט" פארצייכענען די געפילען, ליינענדיג די שורות, רייך אין טאלאנט, תוכן, גוט געשריבען,
שיין ארויסגעברענגט אן קיין איבריגע ווערטער, ממש צו שטוינען,

גא"מ, פאעזיע מיט אלע מפרשים, ארעסטירט דעם מוח עמוק עמוק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

קאסאניער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 11:50 am

אוי הייליגע רבי!!

תגובהדורך קאסאניער » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:37 pm

Document47.pdf
(184.74 KiB) דאונלאודעד 99 מאל
אין זידיטשוב ברענט א פייער אין קיינער קען דאס נישט פארלעשן...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 07, 2019 9:27 am

הארציג!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט