נאכט

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

נאכט

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:53 pm

נאכט, שפעט ביינאכט,
פארנעפלט און שווארץ, קוים איך קען זען,
נאכט,טונקל נאכט,
איך זיץ און איך טראכט,וואס איז דא געשען,

געווען אמאל א שיינע וועלט, וואו איז זי אנטלאפן,
ווען איך מיין, אז שיין, איז גאר די פלעק,
איך זוך מיין וועג,אבער אין פינסטער זיך געטראפן,
צו וועט בכלל קומען א עק,

קניפן פארפלאנטעט אינגאנצן, בריקן וואס פירן צו קיין שום וועג נישט,
הימלען געפארבט מיט בלוט, און ווער בין איך,
איך ווייס נישט וואס איך מעג,און זיכער וואס איך מעג נישט,
איי די וועלט איז מער נישט זיך,

אין ווייטאג איך שוועב,
קוים קוים איך לעב,
ניטאמאל צו עפעס שטרעב,
ווען אויפאמאל איך דערשפיר,איך זעה גארנישט מיר,
איך פארשטיי, און איך שריי,

אז די איך איז נישט איך, די וועלט איז נישט די וועלט,
ס'איז נאר די נאכט...נאכט שפיגלט נאכט...
און איך בין יא, א גוטע איך, די וועלט איז יא, א שיינע וועלט,
ס'איז נאר די נאכט...נאר די נאכט...

נאכט, נישט מער געדאכט,
אמאל אין לעבן איז טאג, אויך נאכט,
נאכט, פונדרויסן לאכט,
אינווייניג שמאכט, מער ווי פארשטיין דערגרייכט,

ווען די נאכט געוועלטיגט,קען מען נישט זען ליכטיגקייט,
אבער ווייס ס'איז דא א זון,
געדענק דיין שיינענדיג איך, געדענק דיין אמת'ע וויכטיגקייט,

אין ווייטאג דו שוועבסט,
קוים, קוים דו לעבסט,
שוין צו גארנישט דו שטרעבסט,
צו שפירן פרוביר, דו זעסט גארנישט דיר,
דיינע אויגן מאך אויף, און שריי ארויף,

אז די איך איז נישט איך, די וועלט איז נישט די וועלט,
ס'איז נאר די נאכט...נאכט שפיגלט נאכט..
און איך בין יא, א גוטע איך, די וועלט איז יא, א שיינע וועלט,
ס'איז נאר די נאכט,נאר די נאכט,
נאכט, שפעט ביינאכט,פארנעפלט און שווארץ, קוים איך קען זען,
נאכט,טונקל נאכט,איך זיץ און איך טראכט,וואס איז דא געשען,

געווען אמאל א שיינע וועלט, וואו איז זי אנטלאפן,
ווען איך מיין, אז שיין, איז גאר די פלעק,
איך זוך מיין וועג,אבער אין פינסטער זיך געטראפן,
צו וועט בכלל קומען א עק,

קניפן פארפלאנטעט אינגאנצן, בריקן וואס פירט צו קיין שום וועג נישט,
הימלען געפארבט מיט בלוט, און ווער בין איך,
איך ווייס נישט וואס איך מעג,און זיכער וואס איך מעג נישט,
איי די וועלט איז מער נישט זיך,
אין ווייטאג איך שוועב,קוים איך לעב, ניטאמאל צו עפעס איך שטרעב,
ווען אויפאמאל איך דערשפיר,איך זעה גארנישט מיר,
איך פארשטיי, און איך שריי,

אז די איך איז נישט איך, די וועלט איז נישט די וועלט,
ס'איז נאר די נאכט,נאכט שפיגלט נאכט,
און איך בין יא, א גוטע איך, די וועלט איז יא, א שיינע וועלט,
ס'איז נאר די נאכט,נאר די נאכט,
נאכט, נישט מער געדאכט, אמאל אין לעבן איז טאג, אויך נאכט,
נאכט, פונדרויסן לאכט, אינווייניג שמאכט, מער ווי פארשטיין דערגרייכט,

ווען די נאכט געוועלטיגט,קען מען נישט זען ליכטיגקייט,
אבער ווייס ס'איז דא א זון,
געדענק דיין שיינענדיג איך, געדענק דיין אמת'ע וויכטיגקייט,
אין ווייטאג דו שוועבסט,קוים, קוים דו לעבסט, שוין צו גארנישט דו שטרעבסט,
צו שפירן פרוביר, דו זעסט גארנישט דיר,
דיינע אויגן מאך אויף, און שריי ארויף,

אז די איך איז נישט איך, די וועלט איז נישט די וועלט,
ס'איז נאר די נאכט,נאכט שפיגלט נאכט,
און איך בין יא, א גוטע איך, די וועלט איז יא, א שיינע וועלט,
ס'איז נאר די נאכט,נאר די נאכט...

נאר די נאכט... נאר די נאכט...
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:06 am

איינס בעסער פונעם צווייטען

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:14 am

רייך,
פול מיט שפראך,
שיין,
תוכנ'דיג ומלא חן.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט