מיין קינד, עס איז נאכנישט די צייט

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

מיין קינד, עס איז נאכנישט די צייט

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:11 am

א ניק האט ארויס געברענגט א געדאנק ווי פאלגענד.

זיצנדיג היינט ביים סעודה מיטן קליינעם איין יעריגס אויפן שויס, איז אריינגעקומען די טשולענט צום טיש, בריעדיג הייס. דאס קינד ווייסט נישט קיין מעשיות, ער שרייט ער וויל שוין יעצט כ'זאל אים פיטערן אין מויל פון די הייסע טשולענט.

איך בארואיג אים, אביסל געדולד שעפעלע, אויב נעמסטו עס שוין יעצט וועסטו זיך ח"ו אפבריען. ווארט נאך אביסל, און טאטי וועט דיר עס געבן אין ערשטן געלעגנהייט...

איז מיר דעמאלטס אריין אין קאפ דעם געדאנק. אסאך מאל ווארטן מיר אויף א ישועה, אבער מיר ווילן עס שוין זען 'רייט אוועי', שוין יעצט. דער באשעפער כביכול ענטפערט אונז, מיין קינד, איך וויל זייער שטארק עס זאל דיר גיין גוט. אבער ס'איז נאכנישט די צייט. פאר דיין טובה. טראסט מיר...

אויף דעם ארויף, האב איך געשריבן די נעקסטע תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:14 am

א קינד גאר קליין
אויפן שויס זיצט שיין
הונגעריג ער איז
אבער ווארטן מען מוז
אויף די ריכטיגע שעה
ווען די עסן וועט זיין דא
ער איז נישט שטיל
עסן ער וויל
מיטן מויל ער ברימט
ענדליך עסן קומט

שיינערהייט
עסן אנגעגרייט
וויל געבן א כאפ
דער טאטע געט א קלאפ
מיין קינד טראכט
איך וויל נישט קיין שלאכט
דאס עסן איז גוט
אבער ווארט א מינוט
ביסט הונגעריג איך ווייס
אבער דאס עסן איז נאך הייס
ווארט נאך אביסל
עס וועט זיך אפקילן דאס שיסל
עס וועט נעמען שנעלער
וועסט קענען עסן דאס גאנצע טעלער

דאס קינד פארשפילט
די עסן אפגעקילט
ער איז נאך א קליינער
וויל עסן אויך די ביינער
וויל געבן א כאפ
דער טאטע געט א קלאפ
מיין קינד טראכט
איך וויל נישט קיין שלאכט
הער מיך א מינוט
דאס איז פאר דיר נישט גוט
טו נישט פארגעסן
ביינער איז נישט צום עסן

דאס קינד טוט פראבירן
מחשבות פארמירן
דאס קינד איז קלוג
איין ווארט איז גענוג
א בליק צום טאטן ער געט
פארשטיין ער וועט
עפעס געלערענט היינט
אז זיין טובה מען מיינט

***

אזוי שטארק מען גארט
א ישועה מען ווארט
מען מאכט א טומל
מען קוקט צום הימל
דעם איינציגן טאטן מען מיינט
צו אים מען וויינט
טאטעניו קרוין
א ישועה שוין
שיק עס געשווינד
פאר דיין באליבטן קינד

מיין קינד רואיג זיי
מיט דיר איך גיי
אבער ווארט א מינוט
איך ווייס ווען עס איז גוט
איך בעט דיך פארשטיי
איך בין דיר געטריי
גיי פאר מיר נאך א גאנג
וועסטו ווערט זיין די געשאנק


צומאל איז פארקערט
דו ביסט עס באמת ווערד
אבער הער מיך צו א מינוט
דאס איז פאר דיר נישט גוט
דיין נפש טו דערהייבן
אין מיר טו גלייבן
דאס בעסטע פאר דיר איך וויל
עס איז נישט קיין קינדער שפיל
א צייט וועט קומען צו גיין
ווען דו וועסט אלעס פארשטיין

טאטע אני מאמין
אין דיר טו איך מיך ווארעמען
איך וועל ווארטן מיט געדולד
אפילו איך פארשטיי נישט דאס בילד
איך וועל נישט קלאגן
ביז מען וועט די בשורה אנזאגן
האלטן מיינע טרערן
ביז מען וועט שופר של משיח הערן
קיין ירושלים גיין
במהרה בימינו אמן.
צוגעלייגטע
VartTzi.pdf
(25.06 KiB) דאונלאודעד 74 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:15 am

גוטע געדאנק. אין מאמע לשון האטעס אן אויסדריק ״כאפ נישט קיין הייסע לאקשן״..

אבער נעקסטיים קלאפ פארן אריינקומען. ישר כח.

——
האקט

וואו..!!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:42 am

איך_הער האט געשריבן:א קינד גאר קליין
....

;l;p-

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:04 am

זעהר שיין. וועלקאם!

מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

תגובהדורך מחבר ספרים » דינסטאג מארטש 05, 2019 6:47 am

הערליך שיין יישר כח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 05, 2019 9:20 am

עפעס דא איך הער
א געדאנק זאגט ווער
ווארט נאך אביסעלע מער
וועט זיין שמחה וששון אן א שטער.

--

ישר כחכם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג מארטש 05, 2019 9:28 am

wow הערליך געדאנק
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:04 am

וואס א שנעלע סערווער קען אלץ אנמאכן.

עס רעדט צו מיין הארץ.
ישר כח 'איך הער'.

פייוויש בראדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

תגובהדורך פייוויש בראדער » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:21 am

זייער שיין.

אוועטאר
shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מארטש 05, 2019 11:50 am

געוואלדיג, קום אריין אפטער ביטע

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מארטש 05, 2019 12:12 pm

בס"ד

יעצט קען מען שוין אויסנוצן אפילו א לעפל צו-הייסע טשאלענט פאר א שיין חיזוק ווארט ביים שבת טיש.

פיין ;l;p-
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:48 pm

הערליך געשריבן
גערירט געבליבן
אבער פארוואס מער נישט קלאגן
זאל מען נאכמער תפלות זאגן
פארוואס זיך איינהאלטן די טרערן
זאלן זיי נאכמער פארגאסן ווערן
אפשר וועט מען פארט פועל'ן
פון אלעם וואוילן
ווייל ביים בורא איז נישט שווער
געבן אלעס גוטס אהער
ביי אים איז הייס נישט קיין שטער
און קיין זאך איז נישט קיין מאללער
דעם באשעפער קען העלפן אויך אויף דעם
אז עס זאל פאר מיר נישט זיין קיין פראבלעם
צו ווערן געהאלפן וואס גיכער
און ער וועט שוין מאכן זיכער
אז עס זאל פאר מיר זיין גוט
אלעס וואס ער טוט
דער אייבערשטער ווארט אויף די טרערן און קרעכצן
פון יודישע הערצער וואס צו אים לעכצן
אויף די יודישע תפלות קוקט ער ארויס
ואתה קדוש יושב תהלות

דעריבער יודעלעך לאזט נישט נאך
רייסט איין נאך און נאך
אפשר דאך אפשר דאך
וועט דער באשעפער אונזערע תפלות פארנעמען
און די קינדער פון יעקב נישט פארשעמען
און אנגרייטן פאר א ישועה דעם באדן
עס זאל פאר קיינעם גארנישט שאדן
דער באשעפער זאל משפיע זיין פון אלעם גוטן
ווי א ברייטער מחותן
ובא לציון גואל בקרוב בימינו
בביאת משיח צדקינו
אמן

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 3:16 pm

געוואלדיג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 3:17 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:ווייל ביים בורא איז נישט שווער
געבן אלעס גוטס אהער
ביי אים איז הייס נישט קיין שטער

זייער גוט געשריבען!!!
פונקט דאס געוואלט זאגען,
ביי אונז מענטשעלעך איז דאס א שטער,
דער רבש"ע איז א כל יכול ער קען געבן הייס אן קיין פראבלעם
און ער קען אויך קאלט מאכן כהרף עין
נאר דער פראבלעם איז מיט אונז, נישט מיט אים כביכול
ער איז גרייט צו געבן נאר מיר האבן די פראבלעם צו באקומען

Haklal
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 4:32 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:ווייל ביים בורא איז נישט שווער
געבן אלעס גוטס אהער
ביי אים איז הייס נישט קיין שטער

זייער גוט געשריבען!!!
פונקט דאס געוואלט זאגען,
ביי אונז מענטשעלעך איז דאס א שטער,
דער רבש"ע איז א כל יכול ער קען געבן הייס אן קיין פראבלעם
און ער קען אויך קאלט מאכן כהרף עין
נאר דער פראבלעם איז מיט אונז, נישט מיט אים כביכול
ער איז גרייט צו געבן נאר מיר האבן די פראבלעם צו באקומען

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:46 pm

זייער שיין @איך הער, עפעס נישט היינטיג, א הערליכע ארבעט!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פאלקאוויטש123 און 3 געסט