האט איר 'סטרעס' ביי דער ארבעט...?

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

האט איר 'סטרעס' ביי דער ארבעט...?

תגובהדורך אילו זכינו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:58 am

באמת איז עס ניטאמאל קיין שאלה
ס'איז א מציאות אזוי טרוקן
איך, דו, און מיר אלע
טוען זיך צום 'ארבעט – סטרעס' בוקן

און וויבאלד איר זענט
אין דעם אשכול אריינגעקומען
האט איר געהויבן הענט
און מודה געווען דערינען

אז 'יא' איר האט
פון דער ארבעט סטרעס
און נאר איין ג-ט
אוועקנעמען קען עס

אמאל טאקע ווייניגער אבער אמאל מער
פאר יעדעם איינעם ס'איז א שטער
צומאל איז עס גאר אן אויפהער
און מ'שפירט אז מ'קען שוין נישט מער

אבער טון השתדלות מיר דארפן
ביסט דאך נישט דער איינציגסטער מסתמא
לאמיר זיך איינעם דעם צווייטען אויסשארפן
צרת רבים חצי נחמה

האסט א חיזוק, א געדאנק, א עצה
קום ביטע קלאר אריין
לייג צו א פלייצע
און ראטעווע דיין חבר פון זיין פיין

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:11 am

אילו זכינו האט געשריבן:באמת איז עס ניטאמאל קיין שאלה
ס'איז א מציאות אזוי טרוקן
איך, דו, און מיר אלע
טוען זיך צום 'ארבעט – סטרעס' בוקן

און וויבאלד איר זענט
אין דעם אשכול אריינגעקומען
האט איר געהויבן הענט
און מודה געווען דערינען

אז 'יא' איר האט
פון דער ארבעט סטרעס
און נאר איין ג-ט
אוועקנעמען קען עס

אמאל טאקע ווייניגער אבער אמאל מער
פאר יעדעם איינעם ס'איז א שטער
צומאל איז עס גאר אן אויפהער
און מ'שפירט אז מ'קען שוין נישט מער

אבער טון השתדלות מיר דארפן
ביסט דאך נישט דער איינציגסטער מסתמא
לאמיר זיך איינעם דעם צווייטען אויסשארפן
צרת רבים חצי נחמה

האסט א חיזוק, א געדאנק, א עצה
קום ביטע קלאר אריין
לייג צו א פלייצע
און ראטעווע דיין חבר פון זיין פיין

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:40 am

שיינע גראמען!

וויכטיגע טאפיק.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

ווינדאוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:06 pm

תגובהדורך ווינדאוי » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:03 pm

א גוטן! 3 עצות וואס איך האב געזען אז עס העלפט אמונה! אמונה! און נאכאמאל אמונה! לאז נאך די לייצעס און געב דיך איבער און די הענט פונעם אייבירשטן און טו דיין השתדלות וועסטו זעהן ער וועט דיך העלפן אן די סטרעס.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:36 pm

זייער שיין.

די שטערקסטע (אמונה דארף מען האבן, און די באשעפער האט געהייסן טוהן מענטשליכע השתדלות) טול אוועקצינעמען סטרעס איז א 'טעסק ליסט' אדער ריפט מען עס א 'טא דא ליסט'.

די וועג וויאזוי עס ארבעט איז:
אנגרייטן א טאג פריער אלע טעסקס פארן נעקסטן טאג, אדער טוט מען עס די ערשטע זאך אינדערפרי.

פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס, אויב עס קימט אריין א פרישע טעסק זאל מען עס ארויף לייגן אויפ'ן ליסט, און פאר דווקא נישט טוהן אויפן פלאץ, ווייל דאס פארהארגעט די סדר און לייגט דיך אריין אין סטרעס.

ועוד נשאר בקולמוס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:21 pm

אז מען שפירט סטרעס איז דאס א סימן אז ס׳צייט צו ארבייטן אויף בטחון...


פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס

נישט יעדער האט די לוקסוס צו גיין ערליך מיט א ליסט; געוויסע סארט ארבייט איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס׳לויפט מיט עמערדשענסי׳ס, ווי למשל ׳גרעפיקס׳...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:04 pm

די עיקר געדאנק איז געווען ארויסצוברענגן אז דאס איז פשוט נארמאל צו האבן אביסל סטרעס ווען מ'האט אסאך ארבעט צו טון
און איינמאל מ'ווייסט אז דאס איז נארמאל איז די גאנצע זאך שוין אנדערש, און מ'קען פאקאסירן דערויף מיט א ניכטערן בליק.

א דאנק פאר אלע עצות אויף למעשה ביז אהער, און מ'ווארט מיר מיט שפאנונג פאר נאך...

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:26 pm

איין עצה וואס איך נוץ צומאל,
איז צו איינעמען א יאוש..... יא! יאוש,
זשאסט סימפל אויפגעבן, און אריינעמן א טיעפע אטעם,
נאכדעם קען מען צוריק אנהייבן ארבעטן סטעפ ביי סטעפ, וויפיל איך קום אן איז הכל רויח, וויסענדיג אז איך ארבעט יעצט נאר ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט וועגן די פריערדיגע ציל, טא איך דאך עס שוין אויפגעגעבן,
אזוי האט מער מער מוחין צו פאקעסן אויף די דיטעילס, און נישט ווערן געשטערט טראכטן'דיג פונעם גרויסן ציל,
למעשה קען מען נאך אנקומען סך מער ווי אָנדעם
(דו"ק ותשכ"ח)
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:31 pm

Graphic24 האט געשריבן:אז מען שפירט סטרעס איז דאס א סימן אז ס׳צייט צו ארבייטן אויף בטחון...


פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס

נישט יעדער האט די לוקסוס צו גיין ערליך מיט א ליסט; געוויסע סארט ארבייט איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס׳לויפט מיט עמערדשענסי׳ס, ווי למשל ׳גרעפיקס׳...


RT. נאר בטחון! איך בין נישט אין גרעפיקס אבער אין די פעלד ווי איך בין איז אלעס איין שטיק פרעשור. (ווער ס׳טוט נאר אין ריעל עסטעיט און קאנסטרוקציע קען מעיד זיין...) פארשטייט זיך אז מען דארף פרובירן צו זיין ארגאנאזירט און האבן א ׳געים פלען׳ אבער מ׳ברויך איבערגעבן די לייצעס פארן אייבערשטער.. ער פירט עס סייווי! מ׳דארף עס פשוט אנערקענען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:33 pm

יש בו האט געשריבן:איין עצה וואס איך נוץ צומאל,
איז צו איינעמען א יאוש..... יא! יאוש,
זשאסט סימפל אויפגעבן, און אריינעמן א טיעפע אטעם,
נאכדעם קען מען צוריק אנהייבן ארבעטן סטעפ ביי סטעפ, וויפיל איך קום אן איז הכל רויח, וויסענדיג אז איך ארבעט יעצט נאר ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט וועגן די פריערדיגע ציל, טא איך דאך עס שוין אויפגעגעבן,
אזוי האט מער מער מוחין צו פאקעסן אויף די דיטעילס, און נישט ווערן געשטערט טראכטן'דיג פונעם גרויסן ציל,
למעשה קען מען נאך אנקומען סך מער ווי אָנדעם
(דו"ק ותשכ"ח)

זייער גוט גאזאגט!
דא האסטו עס ממש מיט א בילד...
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (86.66 KiB) געזעהן 2644 מאל

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:40 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:RT. נאר בטחון! איך בין נישט אין גרעפיקס אבער אין די פעלד ווי איך בין איז אלעס איין שטיק פרעשור. (ווער ס׳טוט נאר אין ריעל עסטעיט און קאנסטרוקציע קען מעיד זיין...) פארשטייט זיך אז מען דארף פרובירן צו זיין ארגאנאזירט און האבן א ׳געים פלען׳ אבער מ׳ברויך איבערגעבן די לייצעס פארן אייבערשטער.. ער פירט עס סייווי! מ׳דארף עס פשוט אנערקענען.

איין אויסקלארונג:
אין יעדע פעלד איז דא פרעשור...
אנגעהויבן פונעם מלמד, מנהל, שרייבער, גרעפיקער, ריעל עסטעיט בראקער.. ואטו כי רוכלא ליזל וליחשב
אבער Thats Life... וויינען דארף מען ווען ס'איז נישט אנגעשטרענגט.. אך און וויי פאר ווער ס'האט נישט קיין סטרעס און ער שוויצט נישט אביסל....
איך האב אמאל געזען זייער א גוטע Quote וואס איך האב מיר אוועקגעלייגט, עס לויטעט אזוי:
פון די שוויץ וואס דו האסט זיך איינגעשפארט יונגערהייט, וועט אין דיינע עלטערע יארן ווערן איינגעטוישט אויף טרערן...
צוגעלייגטע
japanese-proverb-what-you.jpg
japanese-proverb-what-you.jpg (89.29 KiB) געזעהן 2636 מאל

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג פאברואר 10, 2019 10:50 pm

Graphic24 האט געשריבן:אז מען שפירט סטרעס איז דאס א סימן אז ס׳צייט צו ארבייטן אויף בטחון...


פאר עמערדשענסי פליס קאלל ניין וואן וואן, נישטא קיין עמערדשענסי'ס

נישט יעדער האט די לוקסוס צו גיין ערליך מיט א ליסט; געוויסע סארט ארבייט איז אזוי אויסגעשטעלט אז ס׳לויפט מיט עמערדשענסי׳ס, ווי למשל ׳גרעפיקס׳...

(למשל ביי גרעפיקס)אויסער אויב מען איז אין ביזנעס, און מען האט א פראסעס וויאזוי מען נעמט אן און סערווירט קלייענטס
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט