אויפריכטיג.

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

אויפריכטיג.

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:34 pm

בס"ד


אויסקלארן
קען שפארן
שפייען
ווייען
פון יארן

זאג
נישט קלאג
פארמייד
לייד
און פלאג

עקספרעס
נישט זיך עס
פארשנעלער
די קוועלער
פון סוקסעס

הסברה
ווערטער קלארע
אפילו ס'שווער
ברענגט מער
צו פשרה

זיי אפן
נישט בלאפן
ווייל שפעטער
זעהט ער
און ווערט געטראפן

שמועס אויס
לאז ארויס
די קנויל
פון מויל
און מאך לויז

דאגות?
פראגעס?
רעד מער
שעיר
דיין התנהגות

פארשטיין
און זיין
צו די צייט
אויפן בלאט
איין

איז וויכטיג
און מאכט ליכטיג
צו געבן
און לעבן
אויפריכטיג!


בלאג
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:45 pm

wow!

קלאר
וואר
געצילט צום האר
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:46 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נישטא קיין ווערטער!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:02 pm

שכח! שיין!
הוי מחשב...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:02 pm

אויפריכטיג
שטארק און וויכטיג
פון דיין פעדער
געניסט יעדער
ריין און ציכטיג!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:07 pm

דאס דארף מען שוין קענען...

מיין פעוואריט..
עקספרעס
נישט זיך עס
פארשנעלער
די קוועלער
פון סוקסעס
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 7:37 pm

גוטע טאפיק

גוט ארויסגעברענגט
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:41 am

מיעוט המחזיק

קורצע ווערטער. אבער אזוי קלאר!

הערליך!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:36 am

האסט געמאכט אויפריכטיג,
א פוינט זייער וויכטיג,
געשריבן גאר טיכטיג,

א גרויסן דאנק אייך ענדע !

(האסט געשריבו זייער קורץ צום פינטל,
אבער גראדע דיינע לענגערע ארטיקלען זענען זיך צו באלעקן....
כנראה יש עת לכל... עת להאריך ועת לקצר...
א גרויסן שכח!)
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט