אבינו מלכינו כתבינו

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

אבינו מלכינו כתבינו

תגובהדורך קיטשי » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:11 am

איבערן מחזור איינגעבויגן
א קליין טרער פון די אויגן
דאס געוויין אין האלז שטיקט מיר

מאיז דן יעצט דארט אויבן
צי איך זאל האבן חייים טובים
די דיקע ביכער נעמט מען אפיר

מען וועגט אפ מיינע מעשים
מלאכי חבלה שרייען צערייס אים
אבער די גוטע מלאכים גיבן נישט אויף

זיי שלעפן אלע מצוות צוזאמען
זיי שרייען רחמנות האבן זאל מען
און זיי ווארפן אלעס אויפן וואגשאל ארויף

צוביסלעך עס גראדט זיך אויס
די סניגורים גייען אריין אין ארויס
זיי ברענגען נאך א סאה נאך א לוג

זיי פרובירן צוזאמשלעפן
נאך א מצווהלע צו טרעפן
אבער ליידער איז עס נאכנישט גענוג

און אט איך פלאץ אויס
א געוויין עס גייט ארויס
אבינו מלכינו כתבינו

די הימלען שפאלטן זיך
מיין נאמען אין גאלדענעם בוך
בספר חיים טובים תכתבינו

ווייל שערי דמעות
פאר אייביג אפן איז
דער אויבערשטער יעדע געוויין הערט

רחמנות אויף אונז ער האט
ער איז א דערבארעמדיגער גאט
און א גוטע יאר פאר אונז אלע באשערט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:55 pm

קיטשי האט געשריבן:איבערן מחזור איינגעבויגן
א קליין טרער פון די אויגן
דאס געוויין אין האלז שטיקט מיר

מאיז דן יעצט דארט אויבן
צי איך זאל האבן חייים טובים
די דיקע ביכער נעמט מען אפיר

מען וועגט אפ מיינע מעשים
מלאכי חבלה שרייען צערייס אים
אבער די גוטע מלאכים גיבן נישט אויף

זיי שלעפן אלע מצוות צוזאמען
זיי שרייען רחמנות האבן זאל מען
און זיי ווארפן אלעס אויפן וואגשאל ארויף

צוביסלעך עס גראדט זיך אויס
די סניגורים גייען אריין אין ארויס
זיי ברענגען נאך א סאה נאך א לוג

זיי פרובירן צוזאמשלעפן
נאך א מצווהלע צו טרעפן
אבער ליידער איז עס נאכנישט גענוג

און אט איך פלאץ אויס
א געוויין עס גייט ארויס
אבינו מלכינו כתבינו

די הימלען שפאלטן זיך
מיין נאמען אין גאלדענעם בוך
בספר חיים טובים תכתבינו

ווייל שערי דמעות
פאר אייביג אפן איז
דער אויבערשטער יעדע געוויין הערט

רחמנות אויף אונז ער האט
ער איז א דערבארעמדיגער גאט
און א גוטע יאר פאר אונז אלע באשערט

הערליך שיין יישר כח
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט