אם כבנים אם כעבדים

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

אם כבנים אם כעבדים

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:16 pm

מיר וויינען צו דיר טאטע
אבער מיר זינגען צו דיר קעניג
מיר האבן געזינדיגט טאקע
אבער געווען קנעכט אונטערטעניג

דיך מצער געווען טאטע
אבער דיך געדינט מלך
דיך פארשעמט טאקע
אבער אויך געווען ערליך

מיר האבן געהאט ירידות טאטע
אבער עליות צו דיר אין הימל
דיך דערווייטערט טאקע
אבער זיך דערנענטערט מיט עמל

מיר זענען געווען ווידערשפעניג טאטע
אבער מיר שטרעבן צו דיר קעניג
מיר האבן דיר ווי געטאן טאקע
אבער דיך אויך געשאפן תענוג

מיר האבן דיר נישט געפאלגט טאטע
אבער דיך באשיינט ווי א מלך
מיר האבן זיך פארפלאנטערט טאקע
אבער דיר אויך געמאכט פרייליך

מיר האבן באשאפן עבירות טאטע
אבער אויך גוטע מלאכים און הימל
זיך געלאזט פונעם יצר המפתה
אבער מאך אונז ריין ווי א רך הנימול

אם כבנים טאטע
אם כעבדים מלך
דערנענטער אונז לעת עתה
דיר צו קענען דינען מכאן ואילך
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:18 pm

הערליך שיין.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:34 am

מטעמים האט געשריבן:הערליך שיין.

;l;p-

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:58 am

שיינע גראמען
מלא טעמין.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט