כ''ג אלול! סעפטעמבער 11! אין געדאנק...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

כ''ג אלול! סעפטעמבער 11! אין געדאנק...

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:01 pm

פון וואו פון וואנען,
פליען עראפלאנען,
די קשיא וואס איז דעמאלט געווען פארהאנען,
ביים פענסטערעל יעדער געשטענען,
אפגעשטעלט אלע אויטאס און באנען,
רעטערס זעעט מען שנעל שפאנען,
שווער זיך צו דערמאנען,
די מחשבות זענען ווילד געגאנען,
געזעען שווערע רויך און פלאמען,
פאלן צוזאם גרויסע שטאמען,
ביידע צוזאמען,
פאפירן געפלויגן גאנצע ימ'ען,
די לופט פארפעסטעט מלא חמין,
ליידער פון תחיית המתים געדארפט זאגן דעם אני מאמין,

געווען א בהלה,
געלאפן די היימישע הצלה,
אויף אמעריקע ממש א קללה,

אמעריקע געווארן ארים-איז,
צוזאמענגעפאלן די צוויי גרויסע טורעמעס,
סיי פון צפון און סיי פון דרום-איז,

ימח שמו,
אויף דעם גוי,
וואס האט געטון אזוי,

באשערט געווען פון הימל,
עס זאל זיין א טימל,
אין חודש אלול אינעם טאג כ''ג,

מיר קענען נאר זאגן,
זכותם יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:30 pm

זייער זיס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:24 am

ביום הרג רב בנפול מגדלים
זאגט דער נביא פאר
קוקט אויס ווי א חלום
אבער מיר געדענקען דאס קלאר
טורעמען שטאלצע און הויך
גוי'אישע יוהרא טוען ווייזן
אלץ אוועק מיטן רויך
פארבליבן בערג שטויב און אייזן

מענטשעלע פיצעלע
וואס ביסטו דען ווערט?
א קליינע קיצעלע
צוריק צו די ערד
נעם דיר דערצו
ווילאנג ס'איז נאך שייך
מיט כח און מיה
דיין חבר זיי משמח
נוץ דיין פארמעגן
יענעם צו דערפרייען
חלילה זיך בייזערן רעגן
גורם זיין א אידן ווייען
דיענען דעם בורא
בכל איברים וגידין
פון אים האבן מורא
זיין רצון טאן צופרידן
אלע מעשים דיינע
כל היום כלו
לעשות דעם רצון זיינע
בשמחה וגילה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:44 am

farshlufen האט געשריבן:ביום הרג רב בנפול מגדלים
זאגט דער נביא פאר
קוקט אויס ווי א חלום
אבער מיר געדענקען דאס קלאר
טורעמען שטאלצע און הויך
גוי'אישע יוהרא טוען ווייזן
אלץ אוועק מיטן רויך
פארבליבן בערג שטויב און אייזן

מענטשעלע פיצעלע
וואס ביסטו דען ווערט?
א קליינע קיצעלע
צוריק צו די ערד
נעם דיר דערצו
ווילאנג ס'איז נאך שייך
מיט כח און מיה
דיין חבר זיי משמח
נוץ דיין פארמעגן
יענעם צו דערפרייען
חלילה זיך בייזערן רעגן
גורם זיין א אידן ווייען
דיענען דעם בורא
בכל איברים וגידין
פון אים האבן מורא
זיין רצון טאן צופרידן
אלע מעשים דיינע
כל היום כלו
לעשות דעם רצון זיינע
בשמחה וגילה.

אויסערגעווענליך געשמאק און אינהאלטסרייך!!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:54 am

ביידע ערשט קלאסיג!
אבער איך ערלויב זיך א שטיקעלע הערה

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:.........
מיר קענען נאר זאגן,
זכותם (פון וועם ? ) יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:22 am

איך געדענק אז דעמאלט איז ארעמגעפארען א מימרא בשם א אדם גדול ? אז די אידען וואס זענען דעמאלט אומגעקומען
הייסען קדושים כאטש אז דער רוצח האט זיי נישט אומגעברענגט ווייל זיי זענען אידען זיי זענען דאך זענען געווען א מיעוטע דמיעוטא
דער רוצח האט דען געצילט דוקא אידען?
דעם הסבר געדענק איך נישט

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:51 am

קיקיון האט געשריבן:ביידע ערשט קלאסיג!
אבער איך ערלויב זיך א שטיקעלע הערה

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:.........
מיר קענען נאר זאגן,
זכותם (פון וועם ? ) יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,

איך געדענק מען האט געשמועסט אז זיי ווערן אנגערופן קדושים, אויף דעם האב איך מיר באזירט,
ווי געשיקטער זאגט!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:58 am

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ביידע ערשט קלאסיג!
אבער איך ערלויב זיך א שטיקעלע הערה

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:.........
מיר קענען נאר זאגן,
זכותם (פון וועם ? ) יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,

איך געדענק מען האט געשמועסט אז זיי ווערן אנגערופן קדושים, אויף דעם האב איך מיר באזירט,
ווי געשיקטער זאגט!

איך האב דאס פארשטאנען אבער וואלסט געדארפט אריינקוועטשען נאך א ווארט צוויי
עס זאל זיין בולט וועם די מיינסט


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט