אוי... הייליגער שבת...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

אוי... הייליגער שבת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

בס''ד

מיינע טייערע שעפעלעך קומט און הערט,
וואס ענקער פאסטוך ערקלערט,
יעדעס מינוט איז ווערט,

דער הייליגער שבת קומט שוין, נאך נישט לאנג,
הערט'ס נאר מיין קליינער געדאנק,
נפשי חולת אהבתיך, איך ווער ממש קראנק,

ניין ענק זאלן זיך נישט דערשרעקן,
פארדאכטן זאל זיך נישט ערוועקן,
איך וועל ענק אלעס אנטפלעקן,

א גאנצער וואך מ'הארעוועט אזוי שווער,
צייט צו רוען ווער האט דען ווער,
צו דינען דעם אויבערשטן קומט צומאל אן שווער,

אבער ווען דער הייליגער שבת טוט קומען,
ווער מיר דאך אינגאנצן באנימען,
און דעמאלטס קען מען גרינגער צוקימען,

נישטא קיין שוסטער, קיין זעגער,
קיין האלץ האקער, קיין וואסער טרעגער,
דער עול הפרנסה איז שבת נישט קיין פגר,

די מינוטן צייל-איך,
מיט געפילן אזוי פרייליך,
לקראת שבת לכו ונלך,

דער אייבערשטער גיבט דאך 'לחם יומים',
דעם הייליגן שבת זיי נאר טועם,
יה אכסוף נועם,

אויף שבת עטס ווארטס,
מאכט'ס אויף ענקער הארץ,
עס וועט ווערן לעכטיג וואו עס איז שווארץ,

כל עצמותי, אלע מיינע ביינער,
תאמרנה, עס זאגן מיינע ציינער,
ה' מי כמוך, נאר די איינער,

מיינע טייערע חבירים מאכט אייך גרייט,
מיט שמחה און פרייד,
לכו ונלכה, אנטקעגן דעם שבת שוין מ'גייט,
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

שיין.
שכח.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אזוי שנעל ??? ווען איך ווייס פריער?

הערליך שיין
מלא חן
פונעם פאסטוך אליין

דיינע זיסע שעפעלעך
מיט דיינע ווערטער זיך דערקוויקן
צום הייליגן שבת
זיי בענקען און טוען ארויסקוקן

נפשי חולת
מיין נפש טוט זיך ערוועקן
פונעם וואכעדיגן שטויב זיך אפשאקלען
און פון שלאף זיך אויפוועקן

שבת קודש בצל כנפיך
זיך אויפהייבן העכער
ירוין מדשן ביתך
א פולע בעכער

ונחל עדניך תשקם
ברענגסט אונז שוין שנעל צוריק אהיים
באור פניך תבהיקם
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אזוי שנעל ??? ווען איך ווייס פריער?

הערליך שיין
מלא חן
פונעם פאסטוך אליין

דיינע זיסע שעפעלעך
מיט דיינע ווערטער זיך דערקוויקן
צום הייליגן שבת
זיי בענקען און טוען ארויסקוקן

נפשי חולת
מיין נפש טוט זיך ערוועקן
פונעם וואכעדיגן שטויב זיך אפשאקלען
און פון שלאף זיך אויפוועקן

שבת קודש בצל כנפיך
זיך אויפהייבן העכער
ירוין מדשן ביתך
א פולע בעכער

ונחל עדניך תשקם
ברענגסט אונז שוין שנעל צוריק אהיים
באור פניך תבהיקם

:grin: ;l;p- ;l;p- :grin:
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואוילע אמת'ע רייד
דער אידעלע ליידט
אבער שבת א פרייד
פארגעסט דאגות, אלע
בשמחה, לקראת כלה
געהויבן מאוד נעלה.

ישר כחכם!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער שיין! הערליך!

(צוויי דריי גראמען זעען נישט פערפעקט, פאר נעקסטע מאל)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

farshlufen האט געשריבן:וואוילע אמת'ע רייד
דער אידעלע ליידט
אבער שבת א פרייד
פארגעסט דאגות, אלע
בשמחה, לקראת כלה
געהויבן מאוד נעלה.

ישר כחכם!

;l;p-
שוין גארנישט אזוי פארשלאפן...
א לעכטיגער שבת
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

[quote="ענדע צדיק!"]זייער שיין! הערליך!
שכח!
א לעכטיגער שבת!
ביזט טאקע א ענדע צדיק...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

שכח הרב ענדע צדיק!
וועלכע? אדרבה זאגטס מיר ביטע, איך וויל שטארק הערן.
שכח!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

נישט פשוט האט געשריבן:שיין.
שכח.

צום צווייטען מאל
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

אויפגעפרישט האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:שיין.
שכח.

צום צווייטען מאל

:grin:
א גוט שבת!!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”