שבת: מעין עולם הבא.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

שבת: מעין עולם הבא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

_________מי שטרח בערב שבת...

דער יונגערמאן, טיט אהיים שפאצירן,
דאנערשטאג אווענט, מ'טוט שפירען,
דער שב"ק גרייט זיך צו קומען,
א העכערע אטמאספער, טוט מען באשטומען,
יעדער מיט הכנות פארנומען,
די מחשבות מ'טוט זיך דערקוויקן,
קומט א שב"ק, אונז באגליקען,
א מתנה טובה וואס גאט טוט שוקן,
געשוויצט האט מען אהיימצוברענגען שפייז,
מוט תורה און עבודה געפראוועט די ימי המעש,
ווערט ליל שישי וואס איז מסוגל,
פאר א הייסע טעלער טשאלענט און קוגל,
די בני בית קאכט אפ אלעס,
ווארפט אריין אין אויוון הייסע חלות,
שוין 10:00 אזייגער,
צים חומ"ר שיעור מ'גייט ווי די שטייגער,
קומט ערב שב"ק מגרייט אן כל הצורך,
התעוררו התעוררו כי בא אורך,
גוט שבת קלינגט מען זיידע באבע,
פוויין גרייט מען צי, מוט א שמחחה רבה,
קומט א שעה צום זמן,
לויפט מען אין מקוה אריין,
מער צושטיפט קען נישט זיין,
אלטע און יונגעלייט,
דערמאנען זיך די זעלבע צייט,
נאך א מקוה וואס מ'האט געהאט,
איז מען מעביר סדרה, באקעל אפ,
מ'זינגט זיך אונטער יעדע הייליגע טראפ,
כד עייל שבתא, א קדושה,
מען לויפט אין ביהמ"ד, מיט א נשמה א פרישע.

_________כד עייל שבתא...

דער רב פירט אריין די שבת אין זיין הויף,
הודו לד' כי טוב,
א קול תפילה צינויף,
פאר לכו נרננה א צרה כמדומה,
יעדער באקומט א הייזעריגע שטימע,
קהל'ס חזן נעמט די ברעטל,
שבתי דער שוסטער פון שטעטל,
זיצט די לעצטע רייע,
איינגעשלאפן א מחיה,
ביז באו בשלום,
שבתי וועקט זיך אויף פון חלום,
פארוואס דרייט זיך יעדער אויס צו מיר,
ער שפרינגט אויף אן זיך געבן א פארליר,
ששת ימי המעשה געט ער א שפיר,
אבער היינט מנוחה, איך באשרייב עס.
גוט שבת גוט שבת.

_________חקל תפוחין...

א שבת טיש כיד המלך,
דיפס וואס שמעקן אויסערגעווענליך,
שלום עליכם מלאכי השלום,
קומענדיגע שבת נאכאמאל אין מיינע אוהלים,
נאך א גאנצע וואך, די ב"ב ארבעט א גרויסן טייל,
זינגט זיך אנגענעם די אשת חיל,
אמר בשבחין מ'געט א דערצייל,
א קידוש עס קאכט זיך די נשמה יתירה,
חלות שניידט מען, מאכלים טייערע,
די קינדער הערן צו נאך די זיפ שלינגען,
דעם טאטענ'ס תורה, חדושים אויפדרינגען,
דעים חבר'ס שלום זכר מ'גייט אין דעי מינוט,
אנקומענדיג עפנט זיך א פרישע אפעטיט.

_________צפרא דשבתא...

א בלאט גמרא תוס' מיט א קאווע פארן דאווענען,
מעין עו"ה, א קאכעדיגע נשמת מ'טיט פראווענען,
קל אדון, מוט א מארש ריטם,
דער חזן זיסע שטימע, א נחת מיט-איהם,
געקומען אורחים צום שבת באווארפן,
הייבן אן בליקן אויסשארפן,
וואו קען מען זיך זעצן, ביז ס'קומט דער שמש,
קומטס ארויף, ער איז זיי מרמז,
דער שיינער יוד וואס ווייסט נישט פון סושי,
ווייסט אבער יא גוט וואס מיינט שישי,
די פיפטע שו"ע ביי די עליות דער גבאי דארף קענען,
זיינע מתפללים זייערע מידות, ווער באמת זיי זענען,
כתר יתנו לך מלאכים,
יעדער זאגט ווייטער נאך-איהם,
ישמחו במלכותך, די הונגער טוט זיך ערוועקן,
טשאלענט און קישקע הייבן אן שמעקן,
א געדרענג, ס'קומען אורחים,
דער מחותן הייבט אן ארויסברענגען כל צורכים,
דער עולם איז טועם,
טינקענדיג בנשימה אחת אין די הערינג, אזא מינוט האבען נישט גוים,
מען וואונטשט פארן חתן דורות ישרים, עמו"ש
מחותנים זיידעס נחת פון דעי בנינים.

_________עתיקא קדישא...

אסדר לסעודתא, מ'גיסט אן וויין,
די טשאלענט רוט אין די געסט, פארהאן,
מצטמק ויפה לו ווען די טשאלענט טוט זיך קאכן,
די קינדער זאגען תורות, קענטיג די אמונה וואס די מלמדים אריינבאכען,
א געזונטע יוד קען עסן במשך שבת דריי טעלער טשאלענט געוויס,
אה מחיה אויסליידייגן די טעלער מ'מיז,
דריי שעה א דרימעל, פיינע נייעס,
מ'שעפט כוחות, ארויסברענגען איך גיי עס,
מעלאנע שבת נאכמיטאג, איז נאר א מעין עולם הבא'ן,
א הערליך פרק שיעור, אין זכרון טוט פארבלייבען.

_________רעוא דרעוין...

ואני תפילתי לך ד' עת רצון, די ארו"ק עפענען מ'וועט,
ווי איז נאך דא אזא עת רצון, יודן רייסען זיך ארויס פון בעט,
דער עולם חלומ'ט נאך,
פונקט איך דארף גיין הגבה אזא יאך,
ניין, תורה איז זיס קוק אריין,
טעמו וראו כי טוב, ס'וועט דיר גוט זיין,
דער רב הייבט אן שלש סעודות פראווען,
בני היכלא מיט התעוררות רעוא דרעוין,
די קינדערליך זינגען הערליך,
פלוצלינג איין קינד פארלאזט טרערעליך,
איך זינגט שוין 10 מינוט איך בין ציפיקעט,
היתכן מיין שכן באקימט א טיקעט,
מ'לעשט אויס די לייט,
אן ערנסטע שטימונג ווערט פארשפרייט,
דער רב פארשידענע זאכען מעורר,
ידיד נפש מ'איז משורר,
א גוטע וואך דער עולם גריסט זיך,
ויתן לך אלע ברכות, זען ווי ס'גיסט זיך.

_________א גוטע וואך...

עס קומט, א פרישע התחלה,
המבדיל מיט בשמים און הבדלה,
מ'לויפט מיט א פרייליך פנים,
צו אבות ובנים,
דעי שבת דערהויבענקייט ווי קען מען עקספרעסן,
פון דוד המלך מ'טוט נישט פארגעסן,
חמין במוצש"ק, מ'איז מדקדק אויף אזא דעגרייכל,
טועם זיין פונעם דריי עקיגן מאכל,
איש חסיד און רבון העולמים,
אלע שערים זאל זיך עפענען מ'בעט בלב תמים.

_________און מ'בעט ...

יהי רצון ישועות לעמך נתתה,
א תפילה פון הארצן ווי א דעבאטע,
גייט זיכער ארויף א וועג א ווייטע,
און מ'הערט דעי בקשות לעת עתה,
רבוש"ע עפן אלע שערים יעדע איינציגע גראטע,
זאג ענקער וואנטש איך פארשטיי, איי גאט-יו,
יעדע יודיש הארץ וואס פילט ווי א שמאטע,
יודן גייען דורך נסיונות מ'פילט ווי א לאטע,
דער יצר רייסט שטיקער ער איז מפתה,
די וועלט איז מגושם אויף די העכסטע ראטע,
אבער מיר בינדן זיך צי, צו דיר געטרייער טאטע,
מיר באהעפטן זיך צי דיר בכל שעתא,
בעטן מיר א מזל'דיג וואך, שענק למטה,
בני, קינדערליך שטייגן, אויסוואקסן גוטע לייטע,
חיי, א לעבן מיט מנוחה געב סיעתא,
מזוני גרינגערהייט השפעות זאטע,
און אויף אלע השפעות זאגן מיר, ברוך אתה.

_________במהרה בימינו...

מעין עולם הבא יום שבת מנוחה,
שבת איז נאר א מעין פונעם צוקונפטיגן מלוכה,
בעיט מען נאך שב"ק מוט א ברען,
רבוש"ע זאג שוין ווען,
ווען וועט מען הערן דעם שופר,
כלל ישראל וועט זיין א לויפער,
צום מלך המשיח אונזער קרוין,
מיר ווילן זוכה זיין שוין,
באגליקג אונז, מוט אונזער לוין,
די גאנצע וועלט וועט זיך אינטערטעניגן,
צום רבוש"ע, נאר דו וועסט קעניגן,
ווי די גמ' זאגט עולם הזה איז נישט ווי עולם הבא,
עולם הזה איז שלימות נאכנישט דא,
אבער בעולם הבא וועלן מיר האבען יעידע זאך,
ברוחניות ובגשמיות 100 פראצענט אזא דערגרייך,
כל משאלותינו ד' ימלא,
במהרה בימינו, אמן שרייטס אלע.
לעצט פארראכטן דורך קעניגליך אום פרייטאג יולי 13, 2018 6:42 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
חכם צבי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

הערליך שיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם צבי »

איז דא אייגענס ? א נייע שרייבער מיט גאלדנע טאלאטען אינעם וועלטעל
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

קודם ברוכים הבאים בדחן מומחה הרב "קעניגליך" ני"ו
ישר כח זייער שיין, אוון נאך מיט א שמייכל!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wowow
קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

חכם צבי האט געשריבן:איז דא אייגענס ? א נייע שרייבער מיט גאלדנע טאלאטען אינעם וועלטעל

יא, אייגענס ב"ה.
אין ספעלינג בין איך נישט אזוי גיט, האב איך עס געגעיבן איינעם צי פארעכטן די ספעלינג.
היינט זיך געזעצט אביסעל שרייבען, מהנה זיין דער חשבער עולם לכבוד מיין נייע סטאנציע, און די שירות זענען געפארן אה מחיה.
אלענפאלס, שכוח פאר די קאמפלעמענט.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

איך אפרישיעט פאעטרי, דאס איז א הערליך שטיקל ארבייט, יפה מאד.

כפירים רעבים ורשו
וואס ווייסט א חסיד פון סושי

אויך דיין סיום למטה
מצאת כי הגעת
זאל שוין מקיום ווערן וזדים טבעת

שרייב נאך

יש''כ
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

זייער שיין
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט און הנאה געהאט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”