בלאט 1 פון 1

דער ווינטער פארצויגן

געשריבן: מוצ"ש אפריל 21, 2018 11:47 pm
דורך יאסעלע
א קעלט אין אלע ביינער
אין די מאנטלען איינגעטונקען
עס שפאצירט יעדער איינער
די מוסקלען איינגעשרינקען

עס קלאפן זיך די ציינער
די פארע ווי פונעם קאווע טרינקען
א ווייסער טעפיך א שיינער
א פראסט אין די לונגען

דער לוח עפעס זאגט
ער קלאפט שוין ביי אייר
אבער דער וועטער טראגט
גאר א צווייטער שפאציר

א פארצויגענער א לאנגער
דער ווינטער מיט עקשנות
מיט א ווינטיגער געזאנג ער
האמערט אן רחמנות

דער זון עטוואס מיט בושה
ער טוט זיך פארשטעקן
ווי עס וואלט געווען א ירושה
מיט די וועטער'ס וואונדן צו לעקן

די פעלצן זענען נאכנישט
אויף איר דעזיגנירטן הענגער
די זומער וועש דאך נישט
ווילן דארט בלייבן לענגער

פון טיפן שלאף דער בער
טוט זיך אויפכאפן מיט א געניץ
דרוקן סנוז מוזן וועט ער
די קעלט זעט נישט קיין גרעניץ

לצים זיך שוין צוגעכאפט
ווי צו א שטיקל פלייש געבראטן
אויפן שניי וואס קומט און קלאפט
מען טוט רייטן ס'זאל נישט שאטן

אבער בא שבת בא מנוחה
יעצט געקומען א שיינער טאג
אה, א פראכט א מלוכה
עונג שבת פאר זיך כ'זאג

אין די זייט זיך גערוקט
געמאכט פלאץ פארן זומער
די געפילן רירענד געשטיקט
עס פריידט זיך יעדער אימער

אצינד א בקשה צום חורף
לשנה הבא בירושלים
פארלאז אונז שוין, הרף
דעם לאנגן ווינטער זיי שוין מסיים!

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 12:23 am
דורך פּשוט און פּראָסט
;l;p-
זײער גוט ארױסגעברענגט דעם מצב, ײש״כ!

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 12:54 am
דורך וויי-פיי
פיין ר' יוסל ;a-1;

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 1:19 am
דורך טעם וריח
אוי איז דאס
א קנאקעדיגע ארטיקל
ווען טראפן טראפט פון נאז
אין פעלץ געבן זיך א וויקל

עפען שוין די טיר
פאר די זין שטראלן
א ווארעמקייט צו מיר
טוט אריין זיך איילן

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 11:13 am
דורך קלוגער
;l;p- פיינע סחורה יאסעלע!

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 1:28 pm
דורך נישט פשוט
אוי יאסל מאוו א מאסעל.. ;l;p-

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 1:42 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
וויי-פיי האט געשריבן:פיין ר' יוסל ;a-1;

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 6:51 pm
דורך קלאָצקאָפּ
;l;p-

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 6:52 pm
דורך משה כהן
נאדיר א גרינצייג ;l;p-

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 7:01 pm
דורך פארבינדן
גאונות אין פאעזיע!

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 8:12 pm
דורך פערדס מיניסטער
דאס וואלט ווען געדארפט ארויפגיין פאריגע וואך, די וואך ווערט שוין ווארעם.
עניוועי, זייער הנאה געהאט.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 10:57 pm
דורך יאסעלע
מען דארף לייענען די לעצטע שורות אויך:

אבער בא שבת בא מנוחה
יעצט געקומען א שיינער טאג
אה, א פראכט א מלוכה
עונג שבת פאר זיך כ'זאג

אין די זייט זיך גערוקט
געמאכט פלאץ פארן זומער
די געפילן רירענד געשטיקט
עס פריידט זיך יעדער אימער

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2018 6:28 pm
דורך eller
אה דאס איז זאפטיג און טאלאנטפול.
שוין לאנג נישט געזעהן קיין גראמען אויפן וועלטעל שכח פארן עס אויפפרישן.