בעסער מען רעדט נישט...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

בעסער מען רעדט נישט...

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 4:55 pm

בס"ד

באזירט אויף א מעשה שהיה:

בעסער מען רעדט נישט, בעסער מען רעדט נישט
וואס טויג'זשע דאס גאנצן רינג, אויב פירט מען זיך אזוי יונג
בעסער מען רעדט נישט, בעסער מען רעדט נישט
באלד הערט מען שוין דאס קלינג, אינאיינעם מיט מיר זינג
בעסער מען רעדט נישט, בעסער מען רעדט נישט...


שטייט אין פאליש א קרעמל צוזאם
און שמועסן איבער מיט א פרישן טעם
די נייעס וואס כ'האב שוין אין מקוה געהערט
אז מעכל'ס זון א חתן קיין א"י ווערט

יעדער איז זיכער און אלס איז קלאר
ער איז דאך שוין בלעה"ר ניינצן יאר
איינער האט נאך קראנטערע אינפארמאציע געהאט
ער ווערט א חתן קיין אלעד!

אזוי? ממש אזוי!

צוויי מינוט גייען פארביי
קוים צוויי פיס ווייטער איך שטיי
עס ווערט מיר שלעכט
איך זעה אז מיין הוט האב איך נישט עכט

כ'קוק נאכאמאל אריין אינעם נאמען און ס'ווערט מיר גוט
מעכל'ס זון איז דאך נישט דאהי אויפן מינוט
ער ווערט דאך א חתן היינט מארגן
האט ער אפשר מיין שיינע הוט געוואלט בארגן?

נע... ער טוט נישט אזעלכע זאכן...

מיין כעס ווערט אלס שטערקער און גרעסער
ער וויל זיך האלטן פאר א בחור מער בעסער
אבער וואס בין איך שולדיג גאטעניו
אז דער בעל אבידה איז נישטא?

עס גייען אריבער עטליכע מינוטן
און אלעס טוישט זיך צום גוטן
דער אפיציעל-געדארפט-ווערן-חתן בחור ווערט גוט דערקענט
קומט ארויס פון מקוה און וואשט זיך די הענט...

רבש"ע... וואו איז מיין שכל?

איך האב נישט געדענקט דעם דאזיגן ענין
אז ווען מען קומט אן יעדן טאג צום מנין
זענען דא טאקע קופקע'ס אבער נע
וואס מען שמועסט דארט מאכט נישט אויס קיין כי הוא זה

דער בחור ווערט יעצט קיין חתן ניט
און ער האט אויך נישט גע'גנב'עט מיין הוט
איך דארף זיך יעצט לערנען דערפאר
לא דובים ולא יער...

בעסער מען רעדט נישט, בעסער מען רעדט נישט
וואס טויג'זשע דאס גאנצן רינג, אויב פירט מען זיך אזוי יונג
בעסער מען רעדט נישט, בעסער מען רעדט נישט
באלד הערט מען שוין דאס קלינג, אינאיינעם מיט מיר זינג
בעסער מען רעדט נישט, בעסער מען רעדט נישט...
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:14 pm

זייער שיין און ריכטיג
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

קאנטרי מאוד
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:23 pm

א יעדע כלל האט א אויסנאם
וויסט איר אלע מן הסתם
דער טישטוכס געשמאקע גראם
אין דיגמתו און זיין טעם
שרייטס יעצט אלע ציזאם

טישטוך- בעסער אז די רעדסט ווי מער!!!!!!
קאנטרי וואו ביסטו ! קאנטרי איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר! קאנטרי קום צי מיר, אוי קאנטרי!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט