דער קונץ פון באלאנס..

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

דער קונץ פון באלאנס..

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:46 am

דאס לעבן איז נישט קיין גלייכע
איין טאג פון די ארימע אין איין טאג פון די רייכע
אמאל הויך און אמאל נידריג
אמאל ריין און אמאל שולדיג

דער זון שיינט אבער דאן זי גייט
דער לבנה לייכט אבער נאר אויף צייט
א קאלטע ווינטל עס צובלאזט
אבער דאן עס ווארעמט דעם האריזאנט

גוט מארגן טוט זיך גריסן
אבער דאן א גוטע נאכט פארשטילערט די שמועסן
א שמייכל דער געזיכט טוט ארויפברענגן
אבער אויך א טרער איז נישט אפצופרעגן

איין טאג מיט הצלחה
אבער צומארגענס וואו איז דער ברכה
געמיינט אז דעם סוד שוין איך ווייס
א בוידעם, ניטאמאל געבליבן קיין שווייס

צומישט קען מען ווערן
דעם מנוחה עס קען שטערן
זיך אלעמאל איבערקערן
און שפירן ווי מען טוט אנווערן

אבער, ניין מענטש ניין
עס איז זייער קלאר
די צומישעניש קען פון דיר גיין
ווען דו וועסט וויסן דעם נאטור

זי לעבט נישט אין סתירה
נאר דאס איז א טייל פון די שירה
איין נאט איז נישט גאנץ אנעם צווייטן
דעריבער טוט זי דאס כסדר בייטן

קאלירפול, דאס איז דער שיין
באלאנס, דאס איז דער חן
מיטגיין מיט דעם הוה דאס איז דער קונץ
זיך פארטראגן מיט איר און טרעפן א באנוץ
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 400 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5067
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:49 am

הערליך שיין! אפאר גוטע שורות אינצווישן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:15 pm

שטארק, און צו דער זאך!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 3:45 pm

געוואלדיגע נקודה צו געדענקן שטענדיג
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 3:51 pm

ממש אזוי...

שלומה
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 5:59 pm

מורדיג
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

Virus-free. www.avast.com


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט