דאס לעבן איז נישט קיין גלייכע
איין טאג פון די ארימע אין איין טאג פון די רייכע
אמאל הויך און אמאל נידריג
אמאל ריין און אמאל שולדיג
דער זון שיינט אבער דאן זי גייט
דער לבנה לייכט אבער נאר אויף צייט
א קאלטע ווינטל עס צובלאזט
אבער דאן עס ווארעמט דעם האריזאנט
גוט מארגן טוט זיך גריסן
אבער דאן א גוטע נאכט פארשטילערט די שמועסן
א שמייכל דער געזיכט טוט ארויפברענגן
אבער אויך א טרער איז נישט אפצופרעגן
איין טאג מיט הצלחה
אבער צומארגענס וואו איז דער ברכה
געמיינט אז דעם סוד שוין איך ווייס
א בוידעם, ניטאמאל געבליבן קיין שווייס
צומישט קען מען ווערן
דעם מנוחה עס קען שטערן
זיך אלעמאל איבערקערן
און שפירן ווי מען טוט אנווערן
אבער, ניין מענטש ניין
עס איז זייער קלאר
די צומישעניש קען פון דיר גיין
ווען דו וועסט וויסן דעם נאטור
זי לעבט נישט אין סתירה
נאר דאס איז א טייל פון די שירה
איין נאט איז נישט גאנץ אנעם צווייטן
דעריבער טוט זי דאס כסדר בייטן
קאלירפול, דאס איז דער שיין
באלאנס, דאס איז דער חן
מיטגיין מיט דעם הוה דאס איז דער קונץ
זיך פארטראגן מיט איר און טרעפן א באנוץ
דער קונץ פון באלאנס..
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
הערליך שיין! אפאר גוטע שורות אינצווישן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר מאה
- תגובות: 226
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm