איך גיי און גיי
אפילו עס טוט וויי
איך גיב מיך נישט א דריי
נאר איך גיי און גיי
איך קוק נישט צוריק
נאר איך האלט קלאר דעם בליק
אויף ווייטער מיינע מחשבות איך שיק
ווייל איך קוק נישט צוריק
איך לאז מיך נישט פאלן
פון די אלע בערג און טאלן
נאר איך גיי און גיי
און אויף מיינע פיס איך שטיי
וואס ס׳געווען איז דאך פארביי
איבערמאכן דעם עבר טאקע הלואי
אבער דער פאקט גיט א שריי
און דעריבער פאראויס איך גיי
די מחשבות טוהן בעטן
ביטע נעם מיר אין אכט
אבער איך לאז מיך נישט טרעטן
ווייל איך ווייס וואס ער וויל פון מיר האבן געמאכט
איך זעה מיינע געפילן
זיי טוען אין מיר שפילן
איך ווער נישט דערשראקן
זאלן זיי ווייטער האקן
איך גיי און איך גיי
אפילו נישט אינגאנצען איך פארשטיי
אפילו איך בין נישט דערביי
אבער איך גיי און איך גיי
וואס איז געווען איז געווען
וואס ווייטער דאס דארף איז זעהן
איזהו חכם נולד הוא רואה
ווייל דאס איז וואס איז באמת נוגע
דאס זענען מיינע ווערטער אינעם מצב דעם דאזיגן
איך שרייב צו מיר דאס פאעזיעלע און איך טוה מיך בארואיגן
אין א געשעעניש וואס אירע אפדרוקן שטארק זענען
זי איז א מציאות און ערענסט איך טוה איר נעמען
איך גיי און גיי מיט א קלארע אמונה
הוא ישפוט תבל בכל עת ועונה
עס איז אבער אויך פאר מיר א געלענגהייט
צו באטראכטן מיט רואיגקייט
וואס איז געווען שלעכט אין די פארגאנגעהייט
דורכדעם צו פארבעסערן דעם צוקונפט מיט פראפעסיאנאלקייט
איך גיי און איך גיי... איך קוק נישט צוריק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
יישר כח פאר דע ווארעמע ווערטער
דערמאנט מיר פון די משל אז די לעבן איז ווי דרייווען א קאר, 90 פערסענט קוקן מען פאראויס, דורך די ווינדשילד, אמאל אמאל כאפט מען א בליק פון די rearview mirror, צי זען וואס טוצעך פון הינטען, אבער עס איז א סכנה אויב קוקט מען צופיל אויף צוריק, מען דארף בעיקר קוקען אויף פראנאויס !!

בס"ד
פון די שענסטע ערליכסטע שטארקסטע פליסיגסטע קלארסטע מוזיקאלישסטע (אה, די ריטם, "איך גיי" פונקט ביי די פערפעקט ספאטס, ווי א טענצל, סופער!!!) גלאטסטע ווארימסטע פאומס עד היום אויפ'ן אייוועלטל.
שמועסער האט געשריבן:הערליך קלאסיש און בע'טעמ'ט!
פון די שענסטע ערליכסטע שטארקסטע פליסיגסטע קלארסטע מוזיקאלישסטע (אה, די ריטם, "איך גיי" פונקט ביי די פערפעקט ספאטס, ווי א טענצל, סופער!!!) גלאטסטע ווארימסטע פאומס עד היום אויפ'ן אייוועלטל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].