דיין נשמה. מיין הארץ.

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

דיין נשמה. מיין הארץ.

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:36 pm

בס"ד


נאדל געשטאכענע
געבויגן, ערשיטערט
הערצער צובראכענע
פארקלעמט, דערציטערט

צוגאנגענע שטיינער
צורינען אין פיין
געשוואלענע פערל
געווייקט אין געוויין

נשמה וואו ביסטו?
וואו טרעפט מען נחמה
צום אייביגן רוה
ארויף, אוי נשמה

ניטאמאל געזעגנט
זארגפעלטיג זיך געפארן
און דאן דיר באגעגנט
געוואלד, אין אן ארון

א צווייגעלע פארשניטן
איר בלום צוטראטן
איר היים געביטן
אונטער זאמד פארשאטן

פרעגן איז נישט שייך
די שווערע שאלות
ווייל דארט פון די הייעך
פארשטייט מען אלעס

א שטעקן קען נוצן
פאר פעטש אדער גיין
נעם עס אונטערצושטיצן
נישט אויף בלייבן שטיין

דיין נשמה, דיין לעבן
אזוי יונג פארשניטן
מיר זאלן אונזער הארץ געבן
זיך צי טוישן צום גוטן

איבער בייזע ווינטן
בלייבן נאנט, טאטע
דינען דיר פון דא אונטן
מיט די נסיונות פריוואטע

די צוויי-טויזנט יעריגע יאך
מיט רחמנות שוין צורייס-אים
ואע"פ שיתמהמה, דאך
ונאמן אתה להחיות מתים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:45 pm

כמים כרים א גרויסן שכח שיין

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:57 pm

Wow זייער גוט

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:04 pm

הערליך. הנאה געהאט מיט א טרער.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:06 pm

זייער רירנד, געליינט מיט טרערן.
והמקום ינחם המשפחה האבילה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:16 pm

זייער שיין!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:30 pm

טייערע תוכנ'פולע דיבורים
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:50 pm

הארציג רירענדע רייד!

האסט צונומען מיין הארץ!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:53 pm

מורא'דיג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג נובעמבער 12, 2017 5:02 pm

ענדע, יישר כח פארן חיזוק און עידוד. ביסט ממש אן ענדע צדיק! די ווערטער און רעיונות, זענען שטארק און טיף. מאכטפול!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 5:09 pm

שיין און רירנד. די הארץ צוגייט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 12, 2017 9:12 pm

צענומען מיין הארץ מיט דיין נשמה.

מעסטערפיעס!!

יהא זכרה ברוך.
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג נובעמבער 12, 2017 9:19 pm

געליינט מיט טרערן

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » זונטאג נובעמבער 12, 2017 9:25 pm

געקאסט א טרער, פיל מיט הארץ און נשמה!

מ'האמיר דאך געליינט די וואך סוף פרשה, ויברך אלקים את יצחק בנו, זאגט רש"י בשם די גמ' סוטה, 'ניחמו תנחומי אבלים'.
יעדער איז צושאסן, שווער צו טרעפן א טרייסט, נאר השי"ת קען און זאל טרייסטן די משפחה און פארהיילן די וואונדן.
און שוין מנחם זיין גאנץ כלל ישראל בנחמת ציון וירושלים במהרה דידן מתוך רחמים וחסדים.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג נובעמבער 12, 2017 10:15 pm

בס"ד
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:צענומען מיין הארץ מיט דיין נשמה.

מעסטערפיעס!!

יהא זכרה ברוך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4371
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 4:41 pm

יעצט געליינט גאר שטארק הנאה געהאט.
און אוודאי די גראמען איז סאמטינג מעיזשאר...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 6:45 pm

הארצרייסענד און תוכנ'פול
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט