וועמען צו באדאנקען?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

וועמען צו באדאנקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

טייערע (אומבאקאנטע) חברים פון איבעראל
פון ביזנעסלייט ביי לאנטש ביז מירע בחורים אין ארץ ישראל
אייוועלט, א צייט געצייג א גוטער טאל
און פארדעם ווער איך אזוי נתפעל

איינער וויל א שטיקל תורה לערנען פלייסיג
איינער שפירט אז צו ניעס שרייבן איז ער פאסיג
איינער שרייבט אין מוזיק ווינקל גאר שפאסיג
און איינער ענטפערט אים צוריק צומאל בייסיג

איך בין גראדע נישט קיין אלטע ניק
אבער איך האב אייביג געליינט אויף אייוועלט מיט א פאזיטיוון בליק
איך שרייב און איך ליין און איך ענטפער צוריק
יעדע תגובה א גאנצע קונסט שטיק

אז אזויפיל האב איך שוין געשריבן מיין דעה
אז איך האלט שוין ביים תגובה המאה
כאטש פאר רוב חברה אינטערסירט עס ווי די לינקע פאה
אבער מיר מאכט עס שפירן א מחי

צו א סיום מסכת וואלט איך עס צוגעגליכן
אדער צו ארויסקומען פון אונטן נאך לאנגע שטרעקעס קריכן
עס קלארט זיך אויס מיינע געזיכט שטריכן
אבער איינעם מוז איך נאך זוכן

אזויווי עס פאדערט נישט קיין כח
איינעם צו באדאנקען און זאגן יישר כח
אבער דא מוז איך נוצן מיין מח
ווייל אויב איך וועל זיי זוכן וועט מיין ניק גיין מיטן רויעך

זאג איך אייך טייערע אייוועלט גרינדער
איר האט באוויזן די וואונדער
האלטן דעם סטאנדארט הויעך אידיש נישט ווי רינדער
און דאס אלעס אן וויי טון אידישע קינדער

זאל אייך השי"ת באשענקען מיט אלעס גוטס
פאר די גוטע מעשים ואס עטס טוטס
לאמיר האפן אז דעמאלטס ביים שפיץ
זאלן מיר קענען מעלדן ביאת המשיח דא אויפן פאסט בליץ

הקטן טישטוך
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

מזל טוב לשר מאה
כשם שנכנס..... כן יכנס......
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הערשקא האט געשריבן:מזל טוב לשר מאה
כשם שנכנס..... כן יכנס......
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מזל טוב !
דאס איז ריעל סטאף
צו הערן מער פון דיר איך האף
מיר קוקן שטארק ארויס דערויף.

אז דער בורא דיר געגעבן
די טאלאנט פון גראמען קלעבן
אין הערליכע שורות וועבן
קענסט דאך אזויפיל יודן אויפלעבן

הער צו מיין פארשלאג
כ'פארשטיי אז ס'קען נישט זיין יעדן טאג
אבער כאפ דיר אריין ביי מיטאג
אין נעם דיר גראמען אן קיין פלאג

וויפיל ס'גייט האק שטיקער
ווייל בעיקר ביי דיר איז ניכר
דיינע שורות זענען זיס ווי ציקער
זענען אנגענומען ביי אלע צוקוקער

כ'בעט דיר זייט נישט פויל
אין ברענקט ארויס אייער טאלאנט מכח אל הפועל
אין די הערליכע גראמען אשכול
ווי אידן ווארטן אויף אייך מיט א אפענע מויל

אין אוודאי נישט פארגעסן דערביי
פון דיינע הערליכע שורות וואס ס'איז א מחיה
פריש אנצופאנגען מיט כוחות ניי
די אוצרות פון סיני.

הערט נאר צו צו מיין באגער
מיר ווארטן צו הערן פון אייך מער
אייערע שורות האט א ספעציעלע דערהער
ווי עס שרייבט אונטער עלער.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: וועמען צו באדאנקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: וועמען צו באדאנקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

פשטא האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-


העי… שוין געמיינט עפעס א נייע פאעזיע פון טושטוך.
גראדע איז דאס טאקע גוט!
אבער היינט וואלט דאס שוין געווען בעסער, ת”ח כל זמן שמזקינין…
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”