די קייט פון מסורה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

די קייט פון מסורה

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 10:22 pm

דאס איז געשריבן געווארן דורך א צוועלעף יעריגער מיידל פאר איר יאר בוך פון איר קלאס אין די בעלזא מיידל שולע פון ב"פ
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די דקדוק הלשון און סגנון הדיבורים, אבער די רעיון איז גאר א שטארקע


די קייט פון מסורה


פון מצרים זענען ארויסגעקומען 600,000 אידן
זיי זענען געווען גאר צופרידן

אבער פיל זענען דארט געשטארבן ליידער
ווייל זיי האבן נישט אנגעטוען צניעות'דיגע קליידער

5 מענער זענען געזעצן ביי א טיש אין שוהל
אבער נאר 1 גליקליכע האט דערגרייכט דעם ציהל

4 פון די 5 האבן נישט זוכה געווען
צו דערלעבן די מכות אדער קריעת ים סוף זעהן

שטעל זיך פאר
אז דו פרעגסט דיין זיידע וואס האט געלעבט צוריק מיט פיל יאר

ביסטו געווען פון דיין טיש די גליקליכע
אדער ח"ו פון די 4 נעבעכדיגע

זיכער ווילסטו דיין זיידע זאל ענפערן דיר
אז ער איז נישט געווען פון די 4

זיך האלטן אידיש האט ער געקענט
דערפאר איז ער ארויס פון די מצרי'שע הענט

יעצט טראכט פון דיין שפעטערדיגע לעבן
ווען דיין אייניקל וועט דיר פרעגן

זיידי ביסטו געווען מיט די אינטערנעט פארבינדען?
אדער א זאך וואס איז נישט געווען אויסגעהאלטן האסטו אנגעצינדן?

האסטו זיך איינגערעדט אז דו דארפסט עס פאר וויכטיגע ענינים?
אדער ביסטו געווען פון די ערליכע און געפאלגט די רבנים?

זיכער ווילסטו זיין שטאלץ אסאך
אז דו האסט קיינמאל נישט אנגערירט קיין אומריינע זאך

דו וועסט איהם נאכדעם ערקלערן
אז עס איז געווען א נסיון א שווערן

און דורכגעפאלן זענען פיל אידן
ווייל זיי האבן געמיינט אז מיט די טריפה'נע כלים איז מען צופרידן

דערפאר ווען דו ווילסט עפעס טוען
טראכט אויב עס וועט די קייט פון מסורה ווייטער ציען

אדער עס וועט פונקט פארקערט געשעהן
און דו וועסט ח"ו די גאולה נישט קענען זעהן

ווען די יצה"ר רעדט דיר שלעכטס איין
טראכט פון דיינע אייניקלעך וואס מיט זיי וועט זיין

וועלן זיי זיך שטאלץ האלטן מיט זייער מסורה
אדער ח"ו טראכטן אז זייערע זיידעס האבן זיך נישט געפירט על פי תורה?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:38 pm

ציפעדיג!

יישר כח פאר די התעוררות'דיגע חרוזים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:39 pm

נא_שכל האט געשריבן:ציפעדיג!

יישר כח פאר די התעוררות'דיגע חרוזים.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:13 pm

מורא'דיג! ס'שניידט!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:22 pm

אוטש

ליידער אזוי גערעכט
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט