עמו אנכי בצרה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

עמו אנכי בצרה

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 11, 2017 3:06 pm

אין מחשבות פארזינקען
אן עסן און טרינקען
נישט קיין לאסט
אבער דאך מען פאסט
וואס גייט פאר
יאר נאך יאר
אין דעם זעלבן טאג
פילט מען די פלאג

צוריק מיט א צייט
א בית המקדש געהאט
קרבנות געברענגט
מתנות געשענקט
פארברענגט התם
כהנים בעבודתם
צדיקים ונביאים
כהנים ולוויים
אתם קרויים אדם
ישראל במעמדם
געלאכטן ווי די זון
נאר גוטס געטון
יעדער געדענקט
צו די צייטן מען בענקט

מען טוט זיך דערמאנען
עס איז אבער מער נישט פארהאנען
נישט צום דערקענען
אלעס געטון פארברענען
אין גלות געגאנגען
מיט קייטן און צוואנגען
אליין געווארן קרבנות
געמאכט פון אונז חרבנות
איבעראל אונז צוזייעט
אין אלע עקן צושפרייט
אינגאנצן פארלוירן
אלעס אנגעוואוירן

א האפענונג אבער עס טליעט
ווייל איבעראל די שכינה רוהט
עס איז טאקע בור כרה
אבער עמו אנכי בצרה
מיר זענען טאקע קליין
אבער בכלל נישט אליין
פון אונזער היים אוועק גענומען
אבער איז מיט געקומען
סיי ווען ליכטיג סיי ווען טינקל
ער איז מיט אונז אין יעדן ווינקל
די מתנה אונז געטון שענקען
מיר וועלן דאס אייביג געדענקען

א קינד ווערט געבוירן
די עלטערן זענען פארלוירן
זייערס א קינד
אבער ל"ע נישט געזונט
די מצב זעט אויס מרה
געדענק אבער עמו אנכי בצרה

די האר פאלן ארויס
ווי יענע מעשה זעט עס אויס
צווישן די דאקטוירים א דעבאטע
מען פארלירט ל"ע א טאטע
א שרעקליכע טראמע
מען פארלירט ל"ע א מאמע
געדענקען דארף מען דאך
אז אין יעדן בראך
מען איז דערצו זוכה
אז עמו בצרה אנכי

פארשידענע וויכוחים
מען האלט ביי שידוכים
נישט דא אויף וואס צו קרעכצן
דאס קינד איז נאר זעכצן
אבער אט זענען זיי ניינצן
און דערווייל נאכנישט געטאנצן
אלעס איז אויף פארק
גארנישט דא אויפן מארק
מזל טוב'ס טוט מען הערן
די חברים טוען שוין קינדער אפשערן
געדענק ווי אימער דו שטייסט
עמו אנכי בצרה איז די טרייסט

יארן געקראכן
ענדליך טעלער געבראכן
אונטער די חופה זיך געדרייט
צו די אייגענע היים מען גייט
מען האפט אז עס זאל לאנג האלטן
אבער ל"ע אלעס צוריק צום אלטן
די צער איז גרויס
מען האלט עס נישט אויס
געדענק די טרייסט ווארט
עמו אנכי אפילו דארט

אלעס גייט כשורה
מען וואוינט צוזאמען אין די דירה
אבער מיט צער פיל
די היים איז שטיל
מען וויל קטנים מען וויל גדולים
דערווייל איז מען ביזי מיט בוני עולם
די צער נישט צום באשרייבן
אויב עס זאל חלילה אזוי בלייבן
אל ההרים עינך הרימה
געדענק אז בצרה אנכי עמו

ריעל עסטעיט א קראך
די פרנסה שוואך
נישט דא קיין דיעל
אין גראסערי א ביל
נישט לויט זיין ערך
קינדער אראפ פון דרך
יעדער לויט זיין גיסטע
קען אליינס מאכן א ליסטע
געדענק אבער קלאר
יעדן טאג אין יאר
סיי ווי גרויס די ליסט
ווי אימער דו ביסט
אז עמו אנכי בצרה איז א פאקט
און אלעס קלאפט אויפן טאקט

די שכינה איז אויך אין גלות
וויינט מיט אונזערע יללות
לאמיר פארן טאטן זאגן
אז מיר טוען מיט אים קלאגן
עמו אנכי בצרה מיטן טאטן
מיר האלטן זיך נאנט נישט פון דערווייטן
יעדער איז צו דעם מודה
אז אויב עס וועט זיין אני לדודי
וועלן מיר בקרוב זוכה זיין דערצו
אז עס וועט זיין דודי לי

ער וועט אונז געטרויען
דעם בית המקדש אויפבויען
א בנין א נייעם
מען וועט טרינקען לחיים
דעם גלות זיין מסיים
וועט זאגן לצרותינו דיים
בקרוב ממש אונז נעמען אהיים
צו אונזער לאנד קיין ירושלים
אמן ואמן

ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

תגובהדורך ביזן סוף » דינסטאג יולי 11, 2017 3:13 pm

זייער זייער שיין הארציג און הערליך
איך הער
דער עיקר דאס הארץ זאל דאס ריכטיג דערהערן
יישר כוח

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יולי 11, 2017 4:08 pm

ביוטיפל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 11, 2017 4:18 pm

שיין און הארציג!

א דבר בעתו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דינסטאג יולי 11, 2017 4:23 pm

zeir shein
music helps your mood

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 11, 2017 4:24 pm

הארציג און וואר
הערליך ביז גאר
"איך הער" ווי וואנט מאאאר!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 11, 2017 5:14 pm

הערליך! הארציג! ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » דינסטאג יולי 11, 2017 8:54 pm

WOW WOW
הפלא ופלא, ווארעם און הארציג.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יולי 11, 2017 10:03 pm

דאס איז דאך מורא'דיג! הנאה געהאט פון יעדע שורה באזונדער.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
dont care
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דינסטאג יולי 11, 2017 10:28 pm

איך גיב אזוי א קלער
דער טאטע שרייט !!!איך הער!!!

מער נישט קיין ווייען
משיח איז דא טיט מען שרייען
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג יולי 11, 2017 10:38 pm

יישר כח

זייער שיין און הארציג!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג יולי 11, 2017 10:59 pm

עמאציענאל!

הער איך, איך הער איז צירוק אין שטעטל, גיימיר הערן, און איך הער ער זאגט גוט, סלוינט איהמ׳ן צו הערן.

כ׳הער

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 12, 2017 11:21 am

איך הער (זעה) סיז זייער שיין,

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 12, 2017 11:23 am

;l;p- ;l;p- הארציג
כשמ"ו כן הוא

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יולי 12, 2017 12:16 pm

מלא טעם!

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך יולי 12, 2017 1:33 pm

WOW

געוואלדיג גוט (וואלט ווען אראפגענומען אפאר אבער'ס)

לב אחד
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » מיטוואך יולי 12, 2017 11:45 pm

זיץ איך מיר אליין און איך קלער
איך שפיר מיך אזוי פוסט אזוי לער
איך בין אזוי עלענד עס איז נישט דא קיינער
מיטצושפירן מיט די פיין מיינער

פארלאזט און איינזאם בין איך
עס ווערט טאג אבער דאן נאכט זיך
די קליינע בלעטלעך מיינע פריינט עס ווערן
זיי מאכן דעם איינדרוק ווי זיי טוהן צו מיין געוויין צוהערן

א שמועס מיט זיי איך כאפ
צו מיר זיי מארשירן מיט גאלאפ
אבער דאן א ווינטעלע פארביי
און ווייט פון מיר ווערן זיי

ווייט זיי פליען
אין אן אנדערע ארט זיי רוהן
ווידער אליין
זיי זענען נישט געווען מיינע פריינט ניין

א קליינע טרייסט
איך גארטעל אן דרייסט
מיטן צווייגעלע א רעד כאפן
ווייל אפשר פון איר האפענונג טאפן

זי שמייכעלט צו מיר מיט חן
א צאפל אין מיין הארץ טוט גיין
זיכער איז זי מיר א פריינט
אירע אויגן עס שיינט

א מידעקייט אין מיר איך האלט
א שלאף אויף מיר עס פאלט
מיינע אויגן עס מאכן זיך אויף
ווען די זון איז שוין ארויף

אינעם צווייגעלע איך גיב זיך א דערמאן
א וואונדער עס כאפט מיר
האם עדיין היא כאן
קען איך זיך פארלאזן אויף איר

איך זיך אבער קיין הצלחה
וואו איז זי אנטלאפן
לאן הלכה
א פרישע ווייטאג עס האט מיר געטראפן

צוריק אין מיין אלטע צער
בין איך פארשטעקט
ווי א צוריסענע נער
בין איך מיט בזיון באדעקט

מיט מיר א פריינט עס וויל קיינער נישט זיין
איך בין נישט גענוג געלונגען אדער שיין
פון אן אנדערע סחורה איך בין געמאכט
איך דארף דאס גוט נעמען אינאכט

דער טויב עס וויל נישט נידערען
נאר אויבן אויפן הימל טוט ער רודערן
א בליק צו מיר ער טוט גיבן
אבער איך טוה אים נישט באליבן

אבער, צוקלאפט ווערן וועל איך נישט
מיט מיין טייערקייט איך וועל נישט ווערן צומישט
איך בין פון זיי מער איידעל
מער דעליקאט פון א שטרוי פון א ביידעל

...

פארווארפן עס איז דער איד ווייט ווייט
שווערע וואלן רוישיגע ימ׳ן אויף אים עס גייט
פון זיין היים פארטריבן
אן קיין וואוינארט פארבליבן

קלעבט ער זיך צו זיינע שכנים
אפשר וועט ער קענען באליבן איינעם
פון אנפאנג קוקט אויס ווי עס איז גוט
אבער שפעטער פארלירט מען צו אים דער מוט

דער יווני צו אים זיין פנים ער דרייט
מיט שפיזן אין מלחמה מיט אים ער גייט
דער שפאנישער אינקוויזיטאר
און דער נאצי דיקטאטאר

אלע האבן דעם איד געוויזן
איינזעהן וועסטו צום סוף מוזן
אונזער פריינט נישט דו ביסט
מיר וועלן דיר פארברענען ווי א פאשיסט

דער איד א פראגע עס טוט אים נאגן
צו טוה איך אויף די וועלט פריינט פארמאגן
ווער בין איך אנדערש איך בין אזוי
כאטש צומאל וויל איך מיך צושטעלן צום גוי

אבער ניין, אידעלע מיין
דו ביסט פון זייד ריין
עס איז קיין וואונדער
אז דו ביסט אזוי באזונדער

דיין זעל עס זוכט נישט זיי
דיין הארץ קיין ערפילונג פארדינען
אוועק ביטע גיי
פון די הוילעניש וואס טוט פון זיי קומען

ווארט אידעלע ווארט
פאר די סחורה פון א העכערע סארט
באלד זייער באלד
וועט מען דיר ארויסנעמען פון וואלד

דיין שיינקייט וועט בליהן
דיינע געפילן וועלן רוהן
דיין נשמה וועט געניסן
פון די עבודה דעם זיסן

אין דיין הויז פון פראכט
ביי טאג און ביי נאכט
וועסטו פארברענגן די צייט
מיט קדושה און העכערקייט

דו וועסט זיך איבערצייגן
קלאר וועסטו פארשטיין
ווען דו האסט געזוכט די פלאץ דיין אייגן
האסטו אין ירושלים געוואלט גיין

דיין סענסעטיווע געבוי
האט נישט געגעבן קיין צוטרוי
אז דער שכן זאל דיר נעמען
ווייל ער האט זיך פון דיר געטון שעמען
לשון הוא קולמוס הלב..

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך יולי 12, 2017 11:49 pm

Massive emotional

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יולי 13, 2017 12:36 am

שיין געשריבן לב אחד.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

לב אחד
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

תגובהדורך לב אחד » דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:17 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:שיין געשריבן לב אחד.


שיינעם דאנק
לשון הוא קולמוס הלב..

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:28 am

א יישר כח [איך] הער סעקרעטאר. ריכטיגע ווערטער.

[נ"ב] צייט צו מאכען סדר אויפען סעקרעטאר'ס טישל, און אנהייבען ארויס שטעלען אלע נאטיצען וואס האט זיך אנגעזאמעלט.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

ממש אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג יולי 13, 2017 10:50 am

Beutiful לב אחד
דערפרישט אייך מיט די טעגליכע אינספערעישענעל quotes viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
אחשרדפני
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:52 pm

תגובהדורך אחשרדפני » מיטוואך יולי 19, 2017 12:07 am

יעצט געזען דעם אשכול. זייער הערליכע ווערק איז דא פארהאן. זייער איבער גענומען געווארן. אפשר קען מען ברענגען נאך סחורה?
מיין טיטול איז נישט ווער איך בין באמת..

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך יולי 19, 2017 6:37 pm

WOW
דאס איז ביידע מעסטער פיסעס
זייער ווארעם הערציג אין שיין
אין מלא טאלאנט !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט