א בחור'ל

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

א בחור'ל

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג מאי 26, 2017 9:08 am

איבערגעטייטש פון עברית
(אויפן ניגון "א בלעטעלע")


זיצט זיך א בחור'ל אין ישיבה דארט
מיט א פאק פון ספרים אויף זיין ארט
אין אן העלן טאג א ביישאו צוויי
האט חתונה איינס צוויי דריי

שטייט דער צדיק און וואונדערט זיך
דעם אינגען חתן פרעגט ער גיך
וואס עפעס א חתונה אזוי שנעל
וואס האט דיר דען געפעלט

זאגט דער חתן איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
מיין טאטע פלוצלינג געווארן געדריקט
און צום חתונה מיר צוגעריקט

אבי החתן באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
ביזטו געווארן אזוי געדריקט
און א חתונה צוגעריקט

זאגט דער טאטע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
מיין ווייבל פלוצלינג האט געטראכט
און צום שידוך מיר שנעל געבראכט

מאמע מאמע באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
האסטו פלוצלינג צו זיך געטראכט
און צום שידוך דיין מאן געבראכט

זאגט די מאמע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט די באלעבאס
דער שדכן מיט אן הצעה געקומען
און א תשובה האט ער באלד באקומען

שדכן שדכן באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
האסטו פארן מאמע געווען מציע
א שידוך מאכן ווי פריער
 
זאגט דער שדכן איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער באלעבאס
דער גרויסער באשעפער פון די וועלט
האט מיר אזוי באפעלט

באשעפער גרויסער באלעבאס
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
א קליינער בחור'ל אזוי אינג
צום חופה געברענגט פלינק

און דער באשעפער ער אליין
געבט דעם צדיק צו פארשטיין
צום סעמינאר ווענד נאר דיינע טריט
און געב א קוק גאר גוט

א תלמידה קעגן איר לערערין זיצט
פון די פילע בחינות שוין זי שוויצט
ביכער און בלעטער אזויפיל
אויף איר טישל אן קיין ציל

געענדיגט ביכער א גאנצע בארג
נאך געבליבן א הויפן גארנישט קארג
האט זי גערופן: באשעפער קרוין
מיין חתן שיק מיר שוין

האב איך גלייך דעם שדכן אריינגעלייגט
אויף דעם בחור'ל אן אויג געלייגט
די מאמע אויפן משפחה געטראכט
און איר מאן צום שידוך געבראכט

און דער חתן צום ביישאו
געגאנגען מיטן טאטע'נס צוטרוי
און ביים פרעגן געענטפערט גלייך
דאס איז טאקע צו די זאך

געשלאסן שידוך איינס צוויי דריי
א חופה געשטעלט פארהייראט זיי
און די שטודיעס וואס האבן גערוישט
מיט א שירצל אויפגעטוישט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 26, 2017 9:13 am

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג מאי 26, 2017 10:47 am

;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 26, 2017 10:59 am

די וועלט זאגט: "טיימינג איז עווריטינג", לעניננו די פאום איז א דבר בעתו יעצט אין די "פיינעל" סעזאן, ווען די מיידלעך סטודיען אראונד די קלאוק, אלע לימודים פון א גאנץ יאר, פון הלכות שבת ביז סייענס, אא"ו.

הלוואי וואלטן די בחורים אזוי פלייסיג געלערענט אין ישיבה, וואלט שוין דער בחור נישט געפרעגט פארוואס...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » פרייטאג מאי 26, 2017 11:20 am

שיין געזאגט
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג מאי 26, 2017 11:21 am

טריסקער!! אייזן גוט!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 26, 2017 1:15 pm

גוט. ש'כח.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג מאי 26, 2017 1:19 pm

הערליך!
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג מאי 26, 2017 1:26 pm

טריסקער! געוואלדענע גאר גוט!
נא_שכל האט געשריבן:די וועלט זאגט: "טיימינג איז עווריטינג", לעניננו די פאום איז א דבר בעתו יעצט אין די "פיינעל" סעזאן, ווען די מיידלעך סטודיען אראונד די קלאוק, אלע לימודים פון א גאנץ יאר, פון הלכות שבת ביז סייענס, אא"ו.

הלוואי וואלטן די בחורים אזוי פלייסיג געלערענט אין ישיבה, וואלט שוין דער בחור נישט געפרעגט פארוואס...

אוי ווי גערעכט!
זוכט איר דוי?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג מאי 26, 2017 1:29 pm

WOW דאס איז אייזן !
נאר טריסקער קען אזוינס באווייזען.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג מאי 26, 2017 1:39 pm

אייזן שטארק

כל הכבוד וכה לחי!

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » פרייטאג מאי 26, 2017 2:00 pm

דברי רבינו שרירין וקיימין!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » פרייטאג מאי 26, 2017 5:50 pm

eller האט געשריבן:WOW דאס איז אייזן !
נאר טריסקער קען אזוינס באווייזען.

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » פרייטאג מאי 26, 2017 6:22 pm

;l;p-
;l;p-
;l;p-
איי טריסקער טריסקער אוי אוי אוי
אפשר זאגסטו וויאזוי
אזאנס און אזעלכעס ווערט געמאכט
און אויפן וועלטל ארויף געבראכט

אייזן!!!
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מוצ"ש מאי 27, 2017 9:49 pm

פיין פיין שטארק הנאה געהאט. ישר כח

אפשר יונתן שווארץ וועטזעך צוכאפן צודעם או ארויפלייגן אויף זיין נעקסטע אלבום
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג מאי 28, 2017 1:15 am

פיינע סחורה!
א דאנק פארן ברענגען.
הנאה געהאט.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מאי 28, 2017 3:41 am

א דאנק, געליינט און הנאה געהאט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג מאי 28, 2017 7:58 am

גווווט!....

יישר כח, פיין הנאה געהאט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג יוני 02, 2017 11:16 am

;l;p- ;l;p-

הנאה געהאט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט