בלאט 1 פון 1

א שיין ווינקל

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 2:36 pm
דורך דזשעימס קאומי
א שיין רואיג ווינקעלע געטראפן
די דרויסענדיגע שמוץ נישט באטראפן
עס שיינט ארויס פון יעדע ווינקל
ריין מסודר אזויווי עס פאסט
אויף אן איידלקייט עס ווייזט
דא הערשט דאס אידישע פונק'ל

ווי געשמאק און טייער
חשוב איז עס זייער
אז אזא ארט איז פארהאן
תורה'דיג און אויסגעהאלטן
עס שרייט ארויס פון די שפאלטן
עס גייט אין די ריכטיגע שפאן

מיר אידן זענען דאך אויסגעקליבן
נאר מיר זענען געטריי געבליבן
אשר בחר בנו מכל עם
ביים בארג סיני צוזאמענגעקומען
דארט האבן מיר די תורה אנגענומען
נאר מיר האבן דעם זיסן טעם

דורכאויס אלע דורות שטרענג געהיטן
אלע מצוות אלע געבאטן
זיך אפילו מוסר נפש געווען דערויף
געגאנגען אין פייער למען שמו
אסאך פון אונזערע זיידעס און באבע'ס אזוי
מיטן שמע ישראל גראד אין גן עדן ארויף

אינעם היינטיגן וועלט מיט אירע שווערע נסיונות
מיט אלע מינע פראבלעמען און פגעים שונות
מיר פירן א מערכה אלע אינאיינעם
פראבירן זיך צו האלטן על דרך ישרה
פירן א מלחמת היצר אן קיין פשרה
גיין צוזאמען אויפן וועג דעם שיינעם

מיר זענען שטאלץ צו פירן א חיים של תורה
אן קיין בושה אן קיין מורא
מיר זענען די עם הנבחר
מיט דעם קענען מיר זיך האלטן
אין דעם לאנגן גלות דעם קאלטן
אזוי בלייבן מיר אן אדם המובחר

ווען מ'זעהט אזא מקום שיין באפוצט
נאר צו גוטע זאכן אויסגענוצט
אן קיין מכשולות קיינע דראונגען
שרייט זיך פון אליין ארויס בתוך קהל
זעהט נאר "מי כעמך ישראל!"
אזוי קענען מיר זיך בארואיגן

דא קען מען שרייבן און גיסן טינט
דא הערשט נישט קיין שלעכטע ווינט
דא איז פאר אונז באשיצט
דא וועלן מיר אנפילן פולע פאפירן
מיט שיינע זאכן באצירן
זייט גרייט! עס קומט גוטס!

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 3:02 pm
דורך הלשון
גאר שיין!

יהא בואך לברכה!

מיר קוקן ארויס צו זעהן ווי דו נוצסט דיינע טאלאנטן צו מהנה זיין דעם ציבור....

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 2:07 pm
דורך eller
וועלקאם מיר קוקן ארויס צו הערן ווי מער פון אייך !
און אגב א קנאק פון א הערליכע פעדער ב"ה וואס דו האסט באקומען ניץ עס אויס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 2:08 pm
דורך יאסעלע
eller האט געשריבן:וועלקאם מיר קוקן ארויס צו הערן ווי מער פון אייך !

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 2:10 pm
דורך eller
און אגב צו סתם פארברענגען בוסטו געלאדענט אהער צו קומען דא
מיר קוקן ארויס אויף אייך דארט...

אגב קייינמאל געוויסט אז קאוימי קען גראמען . כ'האב מיך שוין געזארגט פאר א דזשאב פאר אים אבער ער קען פשוט ווערן א גראמער....

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2017 2:19 pm
דורך יאסעלע
eller האט געשריבן:אגב קייינמאל געוויסט אז קאוימי קען גראמען . כ'האב מיך שוין געזארגט פאר א דזשאב פאר אים אבער ער קען פשוט ווערן א גראמער....

;l;p- :lol: ;l;p-

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 2:46 pm
דורך גין-גאלד
דאס איז אאאאאאאאאאאאאייזן גוט געשריבן.
זייער שיין, זייער טייער.
וואו וואהנט מאהר!!!