קאלירן הארמאניע

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

קאלירן הארמאניע

תגובהדורך ענדע צדיק! » מוצ"ש דעצמבער 24, 2016 11:41 pm

בס"ד

הימל צוגאסן
בלויע אקעאנען
א תכלת געוועב
פרימארגן אויפשיינען

האפענונג באנייט
קלארע מוח
קוועלער ענערגיע
פרישע כח

גאלדענע גלעטן
העלע שטראל
געלע טאבע
צושפרייט איבעראל

סאמע געווירבל
בריאה געלויף
סוקסעס. הצלחה
בארג ארויף

בין השמשות נעפל
פייער רינגען
רויטע וואלקן
טאג פארשלינגען

וואקעלדיגע טריט
דאגות, זארגן
עתיד אומקלאר
אומזעהבארע מארגן

טאפענדע שווארץ
שאטן. שרעק
דערדרוקנדע הסתר
אין טונקעלן אוועק

פינסטער. אומעט
פארפרוירן. שטום
נסיון פארקראמפט
פארהוילענע ארום

שווארצע קנויט
בלויע שטאם
פייער רויט
געלע פלאם

קאלירן הארמאניע
ליכט פראדוצירט
צוזאמען די פיר
'אור' פארמירט

מצבים פילערליי
קאלירן צוזאם
קאמבינירן זיי
די נשמה פלאם!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג דעצמבער 25, 2016 12:53 am

א געלונגען שטיקל פאזיע! ;l;p-

הנאה געהאט.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג דעצמבער 25, 2016 9:22 am

הערליך שיין!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 9:24 am

הערליך שיין און מייסטערהאפטיג!
א ריכטיגער מושלם מיט אלע קאלירן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג דעצמבער 25, 2016 10:11 am

האסט מיר ארויס גענומען פון די דישעס
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 12:57 pm

אויסנאם! הערליך שיין!

ש'כח ענדע
הק' איש ימיני

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג דעצמבער 25, 2016 1:38 pm

פארשטיי נישט קיין איין ווארט, איי געב עס איז נישט געמאכט פאר מיר

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג דעצמבער 25, 2016 1:41 pm

בס"ד

שטימט מיט אלע כללים פון פאעזיע, און געענדיגט מיט א טאטאלע אומגעראכטענע פלאריש.

הערליך הערליך, מתוק מפנינים.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג דעצמבער 25, 2016 2:09 pm

פיין געזאגט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

תגובהדורך ס'אמת » זונטאג דעצמבער 25, 2016 2:42 pm

איך גלייב אייך אלע, ער האט גוט געזאגט, "אבער" וואז מיינט 'פאזיע'?
'אמת' מארץ תצמח,

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 2:46 pm

אויסנאם שטיקל!
טאפ רעיטעד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:00 pm

ס'אמת האט געשריבן:איך גלייב אייך אלע, ער האט גוט געזאגט, "אבער" וואז מיינט 'פאזיע'?

קונסט און קריאטיוויטעט דורך גראמען

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:04 pm

יוי איך קען נישט פילן אזוי סאך אויפאיינמאל..

יעדע שורה א מסכתא..
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג דעצמבער 25, 2016 10:22 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ס'אמת האט געשריבן:איך גלייב אייך אלע, ער האט גוט געזאגט, "אבער" וואז מיינט 'פאזיע'?

קונסט און קריאטיוויטעט דורך גראמען


נישט דוקא דורך גראמען
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג דעצמבער 25, 2016 11:18 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:יוי איך קען נישט פילן אזוי סאך אויפאיינמאל..

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 12:37 am

Color wheel by John Mcwade
צוגעלייגטע
IMG_0182.JPG
IMG_0181.JPG

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 8:17 am

א שיינע אור!

יישר כח!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 10:48 am

אזא שיינע געדאנק נאך שענער אראפגעלייגט, טענקס ענדע צדיק!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 5:57 pm

איין ווארט צו זאגען איז געבליבען
ס'איז הערליך שיין באשריבן !!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:15 am

הערליך קאלירפול
עכט שיין
א גוט שטיקל פאעזיע
מיט א זיסע חן!

שכוח ענדע'לע!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:29 am

ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:40 am

הערליך!! הערליך!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:10 am

יא מען זעהט דער דארף צו קענען הארמאנירן א שיין שטיקל קאלירפולע גראפיקס.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:28 am

יא ענדע צדיק ביסט עמעזינג....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט