לעבן אויף קידוש השם

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

לעבן אויף קידוש השם

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 1:20 pm

געפאלן אויף די ערד
פון א בלוטיגן שווערד
מיט א שטארקייט וואס מ'קען נישט זיגן
עס טוען אידן מארשירן
צום טויט עס פירן
די פארשאלטענע קרייץ-צוגן,
א פייער עס ברענט
פלאמען וואס פארלענדט
קרבנות אויף א שרעקליכן אופן
ווי קען מען צוקוקן
ווי עס טוט פארציקן
די שפאנישע שייטער-הויפן.

א פראסטיגער קעלט
פארשטופט אויף די וועלט
מ'קען זיך קוים געבן א ריר
הונגער און נויט
אין שאטן פון טויט
ביים רוסישן סיביר,
שחיטות טאג טעגליכע
רדיפות אומדערטרעגליכע
וואס היסטאריע האט נאכנישט געטון
מיט מיתות משונות
פולע באן שינעס
צום נאצישן מארד מאשין.
--
אין אלע דורות אלע צייטן
געבליבן געטריי צום טאטן
אפגעקלינגען האט אלעמאל
א מסירות נפש'דיגע שמע ישראל,
אפילו די הויט מ'שינדט
כ'בלייב אייביג א אידיש קינד
די גרעסטע יסורים און ליידן
אונזער ליבשאפט נישט קענען שיידן.

פאר דיין נאמען אייביג גרייט
צו שטארבן מיט העלדישקייט
מקדש זיין דיין נאמען מ'גייט
צום טויט פרייליכערהייט,
מיט כוחות ספעציעלע
די וועלט קוקט זיך צו מיט פלא
ווי צו דיר מ'בלייבט געטריי
עם ישראל חי.


--

מיר טוען זיך אזוי פירן
פון ווען מיר עקזיסטירן
אונזער הייליגער זיידע אברהמ'ען
ביי די דריי יאר שוין געהייליגט דיין נאמען,
מיטן גרעסטן שמחה וואס שייך
זיך אויסגעשטרעקט אויפן מזבח
יצחק אבינו ביים עקידה געלייגט
די וועג פאר אונז געצייגט.

אלע יארן געטון מיטמאכן
די אמונה נישט געקענט אפשוואכן
קיינער האט נישט באוויזן
אומגעקומען ווי מ'האט אונז געוויזן,
בכל דור עומדים לכלותינו
כאטש אזויפיל רציחות לא עלינו
טאקע דאס טוט אונז ביישטיין
כלל ישראל קען נישט אונטערגיין.
--
אין אלע דורות אלע צייטן
געבליבן געטריי צום טאטן
אפגעקלינגען האט אלעמאל
א מסירות נפש'דיגע שמע ישראל,
אפילו די הויט מ'שינדט
כ'בלייב אייביג א אידיש קינד
די גרעסטע יסורים און ליידן
אונזער ליבשאפט נישט קענען שיידן.

פאר דיין נאמען אייביג גרייט
צו שטארבן מיט העלדישקייט
מקדש זיין דיין נאמען מ'גייט
צום טויט פרייליכערהייט,
מיט כוחות ספעציעלע
די וועלט קוקט זיך צו מיט פלא
ווי צו דיר מ'בלייבט געטריי
עם ישראל חי.

--
אבער פיל מער
איז ביטער שווער
אויף קידוש השם צו לעבן,
יעדו מינוט אין טאג
וואס מען פארמאגט
פארן באשעפער אוועקצוגעבן.

יעדן געלעגנהייט
שטיין גרייט
מיט א פעלזן-פעסטן כח,
זיך אנצושטרענגען
פארן טאטן צו ברענגען
א נחת א ריח ניחוח.
--
עס בלאזן שווערע ווינטן
צו נסיונות אזוי שטארק געבינדן,
מ'לאזט זיך חלילה נישט בייגן
ווי די אבות האבן געטון צייגן.
אין א דור פול מיט כפירה
וואס דראעט אויף יעדע דירה
דארף מען אזא שטארקע גבורה
צו געדענקען אז יש מנהיג לבירה.

--
אידעלע וויסן זאלסטו
דעם גרויסן כח האסטו
זיך מוסר נפש זיין
בכל עת וזמן,
יעדן אינדערפרי
ביסט זיך מתגבר כארי
זאגסט מודה אני
א מסירת נפש האסטו.

יעדע דאווענען יעדע תפילה
וואס דו זאגסט מילה במילה
ואני תפילתי
א מסירות נפש האסטו,
יעדע בענטשן יעדע ברכה
וואס דו זאגסט כהלכה
פאר קודשא בריך הוא
א מסירת נפש האסטו.

יעדע גמרא יעדן בלאט
וואס דו גיבסט אוועק צייט
ללמוד תורתי
א מסירות נפש האסטו,
יעדן מאל וואס דו האלטסט זיך צוריק
אויף שלעכטע זאכן נישט צו געבן א קוק
לעשות רצונך חפצתי
א מסירות נפש האסטו.

יעדע מאל וואס דו טוסט זיך איינהאלטן
פון לשון הרע זיך צוריקהאלטן
כהלכה וכראוי
א מסירות נפש האסטו,
יעדע קליינע זאך וואס דו טוסט
געדענקען דאס דו מוזט
ווי עס איז כמו שהוא
א מסירות נפש האסטו.
--
עס בלאזן שווערע ווינטן
צו נסיונות אזוי שטארק געבינדן,
מ'לאזט זיך חלילה נישט בייגן
ווי די אבות האבן געטון צייגן.
אין א דור פול מיט כפירה
וואס דראעט אויף יעדע דירה
דארף מען אזא שטארקע גבורה
צו געדענקען אז יש מנהיג לבירה.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 1:47 pm

הערליך הערליך יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 1:53 pm

דאס האב איך געשריבן אלס בחור אין ישיבה קטנה מיט א קאמפיזאציע, נאכן ווערן אינספירירט פון א שמועס פון מיין מגי"ש אז יעדע זאך כהיום איז א מסירות נפש.

איך האב עס יעצט געטראפן אין מיינע ארכיוון, און באשלאסן ארויסצולייגן און אינספירירן נאך אידן.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 1:54 pm

דער הייליגער שומרי אמונים זיע"א האט אמאל געזאגט פאר זיינ'ס א תלמיד, וואס האט זיך אפגערעדט איינמאל, קוק מיין משפחה האט געהאט די זכיה צו שטארבן על קידוש ה', און איך בין נעבעך געבליבן לעבן דא אויף דעם פארשימלטן וועלט

האט אים דער שו"א געזאגט, אדרבה, זיי זענען אוועק על קידוש ה', דאס טוט מען נאר איינמאל, אבער דו קענסט "לעבן על קידוש ה"' און דאס קען מען טון יעדע איינציגע מינוט.
ס'איז אסאך מער ווערט



ייש"כ זאפטיגער פאר די זאפטיגע שטיקל

נישט געוויסט אז דו קענסט גראמען אויך, (א כל בו'ניק) ב"ה

שמעלקא האקט! זאגסט א שיינע נאטיץ, אבער ס'נעמט נישט אוועק פון די שיינקייט, ס'לייגט נאר צי (די כשרונות וואקסן מיט די יארן).
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 1:55 pm

@שמעלקא

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 1:58 pm

די תנועות פון די ניגון איז הערליך שיין, א שאד איך קען נישט שרייבן נאטן...

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 3:42 pm

זייער שיין אין הארציג
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 5:58 pm

WOW שמעלקא WOW!!!

מיט דיין רייכן פעדערל האסטו אונז אזוי איבערראשט....

א טיפע געדאנק, סהאט מיר ממש בארירט ביז טרערן, יא! ב"ה! מיר לעבן אויף קידוש השם!!!

יישר כחכם!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 6:29 pm

ווען מאטי אילאוויטש האט געמאכט די הר המוריה ניגון, ווי ער צולייגט די צרות און מסירות נפש פון כלל ישראל, האב איך געשפירט אז ער האט ממש גע'גנב'עט מיין איידיע, כאטש וואס די אויספיר איז גאנץ א צווייטע.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 11:56 am

א. טראכטער האט געשריבן:@שמעלקא

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:00 am

הרב ר, שמעלקע איצט דיינע שורות געליינט
אזוי עמאציאנעל און הארציג, ממש געוויינט
וואס אינזער עלטערן זענען אדורך, אזא ביטערע פרשה
אין שפאניע, רוסלאנד, פוילן און ווארשא
צרות געליטן, פון פיין געשריגן
איו די שווערע מינוטן, פון ביטערניש געשוויגן
די רשעים פארכאפט, און די אידן געפאנגען
פאר קידוש ה' אין פייער געגאנגען

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:03 am

[quote="שמעלקא זאפטיגער"]די תנועות פון די ניגון איז הערליך שיין, א שאד איך קען נישט שרייבן נאטן...[/

דו ביזט דאך אזא ארטיסטישע שרייבער! קענסט דאך אלעס... נו, זעצט אייך מיט די פענע און הייב אן מיט די נאטן...

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:42 am

זייער שיין, איך זינג עס אויף מיינע תנועות, עס איז זייער שיין.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 22, 2017 2:05 am

Wow דאס איז א מייסטער ווערק, גאר הארציג און אינספערירנד.

די תגובה איז עפראוועד אלס ׳זאפטיג׳
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » זונטאג ינואר 22, 2017 2:15 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די תנועות פון די ניגון איז הערליך שיין, א שאד איך קען נישט שרייבן נאטן...


אפשר קענסטו עס ארויפשפילן?

הערליך שיין געשריבן, געגראמט, ארויסגעברענגט!!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

פאליטיקאנט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 5:57 am
לאקאציע: דא

תגובהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג ינואר 22, 2018 12:50 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:געפאלן אויף די ערד
פון א בלוטיגן שווערד
מיט א שטארקייט וואס מ'קען נישט זיגן
עס טוען אידן מארשירן
צום טויט עס פירן
די פארשאלטענע קרייץ-צוגן,
א פייער עס ברענט
פלאמען וואס פארלענדט
קרבנות אויף א שרעקליכן אופן
ווי קען מען צוקוקן
ווי עס טוט פארציקן
די שפאנישע שייטער-הויפן.

א פראסטיגער קעלט
פארשטופט אויף די וועלט
מ'קען זיך קוים געבן א ריר
הונגער און נויט
אין שאטן פון טויט
ביים רוסישן סיביר,
שחיטות טאג טעגליכע
רדיפות אומדערטרעגליכע
וואס היסטאריע האט נאכנישט געטון
מיט מיתות משונות
פולע באן שינעס
צום נאצישן מארד מאשין.
--
אין אלע דורות אלע צייטן
געבליבן געטריי צום טאטן
אפגעקלינגען האט אלעמאל
א מסירות נפש'דיגע שמע ישראל,
אפילו די הויט מ'שינדט
כ'בלייב אייביג א אידיש קינד
די גרעסטע יסורים און ליידן
אונזער ליבשאפט נישט קענען שיידן.

פאר דיין נאמען אייביג גרייט
צו שטארבן מיט העלדישקייט
מקדש זיין דיין נאמען מ'גייט
צום טויט פרייליכערהייט,
מיט כוחות ספעציעלע
די וועלט קוקט זיך צו מיט פלא
ווי צו דיר מ'בלייבט געטריי
עם ישראל חי.


--

מיר טוען זיך אזוי פירן
פון ווען מיר עקזיסטירן
אונזער הייליגער זיידע אברהמ'ען
ביי די דריי יאר שוין געהייליגט דיין נאמען,
מיטן גרעסטן שמחה וואס שייך
זיך אויסגעשטרעקט אויפן מזבח
יצחק אבינו ביים עקידה געלייגט
די וועג פאר אונז געצייגט.

אלע יארן געטון מיטמאכן
די אמונה נישט געקענט אפשוואכן
קיינער האט נישט באוויזן
אומגעקומען ווי מ'האט אונז געוויזן,
בכל דור עומדים לכלותינו
כאטש אזויפיל רציחות לא עלינו
טאקע דאס טוט אונז ביישטיין
כלל ישראל קען נישט אונטערגיין.
--
אין אלע דורות אלע צייטן
געבליבן געטריי צום טאטן
אפגעקלינגען האט אלעמאל
א מסירות נפש'דיגע שמע ישראל,
אפילו די הויט מ'שינדט
כ'בלייב אייביג א אידיש קינד
די גרעסטע יסורים און ליידן
אונזער ליבשאפט נישט קענען שיידן.

פאר דיין נאמען אייביג גרייט
צו שטארבן מיט העלדישקייט
מקדש זיין דיין נאמען מ'גייט
צום טויט פרייליכערהייט,
מיט כוחות ספעציעלע
די וועלט קוקט זיך צו מיט פלא
ווי צו דיר מ'בלייבט געטריי
עם ישראל חי.

--
אבער פיל מער
איז ביטער שווער
אויף קידוש השם צו לעבן,
יעדו מינוט אין טאג
וואס מען פארמאגט
פארן באשעפער אוועקצוגעבן.

יעדן געלעגנהייט
שטיין גרייט
מיט א פעלזן-פעסטן כח,
זיך אנצושטרענגען
פארן טאטן צו ברענגען
א נחת א ריח ניחוח.
--
עס בלאזן שווערע ווינטן
צו נסיונות אזוי שטארק געבינדן,
מ'לאזט זיך חלילה נישט בייגן
ווי די אבות האבן געטון צייגן.
אין א דור פול מיט כפירה
וואס דראעט אויף יעדע דירה
דארף מען אזא שטארקע גבורה
צו געדענקען אז יש מנהיג לבירה.

--
אידעלע וויסן זאלסטו
דעם גרויסן כח האסטו
זיך מוסר נפש זיין
בכל עת וזמן,
יעדן אינדערפרי
ביסט זיך מתגבר כארי
זאגסט מודה אני
א מסירת נפש האסטו.

יעדע דאווענען יעדע תפילה
וואס דו זאגסט מילה במילה
ואני תפילתי
א מסירות נפש האסטו,
יעדע בענטשן יעדע ברכה
וואס דו זאגסט כהלכה
פאר קודשא בריך הוא
א מסירת נפש האסטו.

יעדע גמרא יעדן בלאט
וואס דו גיבסט אוועק צייט
ללמוד תורתי
א מסירות נפש האסטו,
יעדן מאל וואס דו האלטסט זיך צוריק
אויף שלעכטע זאכן נישט צו געבן א קוק
לעשות רצונך חפצתי
א מסירות נפש האסטו.

יעדע מאל וואס דו טוסט זיך איינהאלטן
פון לשון הרע זיך צוריקהאלטן
כהלכה וכראוי
א מסירות נפש האסטו,
יעדע קליינע זאך וואס דו טוסט
געדענקען דאס דו מוזט
ווי עס איז כמו שהוא
א מסירות נפש האסטו.
--
עס בלאזן שווערע ווינטן
צו נסיונות אזוי שטארק געבינדן,
מ'לאזט זיך חלילה נישט בייגן
ווי די אבות האבן געטון צייגן.
אין א דור פול מיט כפירה
וואס דראעט אויף יעדע דירה
דארף מען אזא שטארקע גבורה
צו געדענקען אז יש מנהיג לבירה.


פארוואס פארקויפסטו עס נישט, ס'אשאד אז דע רוילעם זאל נישט הנאה האבן דערפון און זיך מחזק זיין !
און אפשר טאקע הייבסטו אן ארויסגעבן נאך חיזוק ניגונים למשל פאר בחורים וואס ווארטן אויף זייער פלג !
אדער אינגעלייט וואס מוטשען זיך מיט כלכלה!
אדער סתם היתחזקות באמונה ! ???????
יא איך בין א געבוירענע פאליטיקאנט און דאך זאג איך נישט קיין ליגנט ! ! !
פאר דעם אליין געב א לייק !

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג ינואר 22, 2018 12:59 pm

גאר שיין .
איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:30 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:פארוואס פארקויפסטו עס נישט, ס'אשאד אז דע רוילעם זאל נישט הנאה האבן דערפון און זיך מחזק זיין !
און אפשר טאקע הייבסטו אן ארויסגעבן נאך חיזוק ניגונים למשל פאר בחורים וואס ווארטן אויף זייער פלג !
אדער אינגעלייט וואס מוטשען זיך מיט כלכלה!
אדער סתם היתחזקות באמונה ! ???????


ווער עס איז נייגעריג צו קויפן ניגונים, כ'האב אנישי קעסטעלע.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט