קבלת פנים גראמען

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

קבלת פנים גראמען

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:14 am

א גאר נאנטער חבר מיינער גייט חתונה האבן בקרוב, א יתום ל"ע, ער האט מיר געבעטן צו גראמען ביי זיין קבלת פנים. ער זוכט עס זאל זיין שיין עמאציאנאל, היימיש אבער אויך פערפעסיאנאל.
היות איך נאך קיינמאל געגראמט ביי קיין קבלת פנים, אפעליר איך דא צו חברינו היקרים, ווער עס האט ביי זיך אין באזוץ געשמאקע שיינע קבלת פנים גראמען, איבערהויפט פאר א ספעציעלן סיטואציע, זאל מיר צוליב טון און עס ארויפשטעלן, זאלן אנדערע שוין אויך הנאה האבן דערפון. אדער עס שיקן אין אישי.

שכרכם הרבה מאוד!!
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 2:36 pm

ישר כח פאר אלע וואס האבן זיך געמאלדן אין אישי, קוקט נישט אויס שלעכט. פארט אויב איינער האט פון עפעס א ספעציעלע חתונה, נישט קיין געווענליכער סיטואציע וואלט איך מיר געפרייט ביז גאר.
יישר כח גדול און א גוט שבת אלע צוהערער, כ'מיין: צוקוקער.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:42 pm

אז דו דארפסט אביסעל הילף קענסטו מיר קאנטאקטען....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:44 pm

גראדע האב איך געגראמט ביי א חתן וואס האט פארמאגט נישט מסודר'דיגע עלטערן און זיך ל"ע ארומגעוואלגערט פון די 9 יאר, אויב איז עס אינטערעסאנט קאנטאקט מיר אין אישי.

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג דעצמבער 04, 2016 7:52 pm

אז מרעדט שוין פון קבלת פנים גראמען מיין איך אז עס איז פאסיג ארויפברענגן דא אפאר מעשיות וואס איז מעורר א חתן כדי אז איינער וואס וויל מאכן גראמען פאר א קבלת פנים זאל ער האבן וואס צו זאגן...

איז אויב איינער האט עפעס א מעשה וואס איז גוט מעורר זאל ער עס ביטע אראפברענגן...

ייש"כ פון פאראויס
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג דעצמבער 04, 2016 8:16 pm

פשוט און גוט

(אהבה רבה)
--אהובי חתן ס'איז דיר אוודאי ידוע מבואר,
אויפן פסוק ישמח בעושיו אינעם הייליגן זוהר,
ער פרעגט וואס עפעס שטייט בעושיו א ל' רבים זאגט ער דברים נחמדים,
מ'ווייסט דאך אז שלשה שותפים יש באדם,
איין שותף איז כביכול אליין,
און די אנדערע צוויי טוט יעדער פארשטיין,
דאס איז אביו ואמו א מענטשנ'ס טאטע און מאמען,
וואס ביי יעדע שמחה פרייען זיי זיך צוזאמען,
"ווען א מענטש האט חתונה און גייט א נייע שלשלת אנשפינען,
זענען אלע דריי שותפים זיינע שושבינן,
אבער ווען דער באשעפער זעהט אז איין שותף דער טאטע פעלט ביי די שמחה און פריידן,
גייט כביכול אליין צום טויער פון גן עדן,
"און טוט די מאמען דעם דריטן שותף ארויס טרייבן און אראפ שיקן,
זי זאל זיך צו די שמחה פון זיין קינד צוקיקן,
טייערע חתן די האסט יעצט א גרויסע אויףגאבע,
פאר דיין מאמע'ן פון גן עדן צו מאכן א ברוך הבא,
אוודאי איז דאס א גרויסע זכי' פאר דיר,
אז די קענסט דיר טרעפן מיט איר,
נישט יעדן טאג וועסטו האבן די געלעגנהייט,
זי זאל דיר שטיין צו דיין רעכטע האנט מיט פרייד,
*איי וועסטו פרעגן לכאורה,
ווי אזוי איז מען מקיים די מצות עשה מן התורה,
ווען די גייסט אויף בויען א נייע היים,
די מצות עשה פון כיבוד אם,
אבער איין זאך וואס די טיסט אוודאי פארשטיין,
אויב די ביסט דיר מקבל אויץ זיינע ערליכע וועגן צו גיין,

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג דעצמבער 04, 2016 8:16 pm

"מ'פארציילט אויפן היי' בארנובער רב געוועהן א ראפשיצער אטייניקל צו די חופה געטון פירן,
אונטער די חופה האט ער עפעס העכער אים געטון שפירן,
געשפירט ווי איינער בענטשט אים מיט צווי הענט,
ער האט זיך אויסגדרייט זיין זיידע דער ראפשיצערב פון ג"ע ער האט דערקענט,
"ט"ח דיין טאטע וועט דיך יעצט בענטש מיט א ברכה אצינד,
פונקט ווי יעדע טאטע ערב יו"כ ער בענטש זיין קינד,
ישמיך אלקים יברכך השם,
מיין טייער קינד אין דיין נייען לעבן נישט וויסן פון קיין צער און קלעם,
=זיך מקבל זיין צו גיין אין די וועגן וואס מ'דארף,
וועסטו אפי' היינט מקיים זיין כיבוד אב,
אויף שטעלן א שטוב ווי זיין רצון איז געוועהן א זכות א גרויסע,
מכבדו מחיים מכבדו במותו,

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג דעצמבער 04, 2016 8:17 pm

--און א מורא'דיגע מאמר פונעם הייליגן ר"ר מילך,
פאר דיר חתן היינט דא פארצייל-איך,
זיין זון ר' אלעזר איז אמאל געפארן צו ר' פנחס'ל קאריצער בהוא שעתא,
אימיטען טיש האט ער זיך אנגעריפן אוי הייליגע טאטע,
-האט ר' פנחס'ל קאריצער געפרעגט ר' אלעזר ליזענסקער דערצו,
די זאגסט הייליגער טאטע אפשר דילמא לאו אביו הוא,
ווען ער איז צוריק געקומען צו ר"ר אלימלך האט ער פארציילט דעם משא ומתן,
האט אים ר"ר אלימלך געזאגט האסט געדארפט ענטפערן שאל אביך מ'טיט זיך בארגן א טאטן,
"אבער לענינינו ווען מ'קיקט אן דעם חתן חביב,
קען מען נישט פרעגן דילמא לאו אביו,
דער באשעפער איז דאך זעכער זיין טאטע בגבהי מרומים,
ווייל דער באשעפער איז דאך דער אבי היתומים,
"און וואס טטו דען נישט א טאטן פאר זיין קינד,
אלעס גוט'ס קעסטו זיך אויסבעטן אצינד,
געזונטע ערליכע קינדער דורות נאמנים,
זיין א געזונטע טאטע פאר געזונטע קינדער מיט ארוכות ימים ושנים,

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 04, 2016 8:22 pm

נאך אייינס אויף אהבה רבה וואס איך האב געשריבן אלץ בחור.
---
* אבער מיט נאך א זאך איז היינט דעם טאג ספעציעל
כי ביום הזה יכפר, היינט רייניגט מען דיין זעל
מנעמט אפיר די ביכער, ותפתח את ספר הזכרונות
דער באשעפער קוקט אריין דיין חשבון די עוונות

*עס כאפט א שרעק , מ'פרעגט, אנא אני בא
מיט וואספארא נשמה שטיי איך היינט דא
איך האב דאס באקומען אזוי ציכטיג און שיין
צו האב איך עס נישט פארפלעקט אזוי אומריין

**חתן געדענק דעם סיבה פארוואס מטוט אן א קיטל
יזכיר לו יום המיתה, יעדער ענדיגט אמאל זיין קאפיטל
קיינער פארבלייבט נישט דא דאס ווייסטו דאך קלאר
צו יעדעם קומט א סוף נאך הינדערט און צוואנציג יאר
דארף מען פארשטיין וואס איז דאס באדייט
פארוואס דעם יום המיתה דערמאנט מען, און אזא פרייליכע צייט
א עת חדוותא, מ'בויט א שטוב א נייע
פארוואס דארף מען רעדן פון א לויה

**נאר פשט דערפון איז אז נאך מאה ועשרים שנים
מאכט מען א חשבון אויבן מ'דטייט בבושת פנים
מ'וויל שרייען און בעטן, כ'טוה תשובה, חטתי עוויתי פשעתי
אבער מ'ענטפערט שוין צו שפעט לעת עתה
אבער אצינד ביים יום החופה געט מען דיר די ברירה
קענסט נאך תשובה טוען, האסט נאך אפאר מינוטן טייערע
דער באשעפער זאגט קענסט דעם בלעטל אריבער מישן
און אנהייבן די לעבן ריין מיט א חשבון א פרישן

**דערפאר חתן אפאר מינוטן געבליבן כי פנה יום
נוץ אויס די צייט, רייס איין ביום תפלה וצום
מיט א צובראכען ווי האב איך מיר געלאזט פארפירן
טאטע איך זאג צו עס וועט מער נישט פאסירן
שפכי כמים לבך דאס הארץ טוה דיר אויסגיסן
בלב קרוע ונשבר, מיט א הארץ אזוי ציריסן
אבינו מלכנו אין מלך אלא אתה
ער וועט דיין אמת'דיגע תשובה זיכער אנעמען און דעם שעה

אוי אוי אוי

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג דעצמבער 04, 2016 8:39 pm

די באוויסטע מעשה פון בעלזער רב געגראמט אויף שפכי כמים

קומט א יוד צום בעלזער רב און וויינט מיט טרערעליך
רבי די מצב איז געפערליך
אזויפיל יארן איך האב נישט קיין קינדער
רבי איך בעט פון דיר אצינדער

שפכי כמים בעט איך מיט געוויין
הבה לי בנים אם אין
רבי די צער איז אזוי גרויס בכל עת ובכל שעה
הילד איננו ואנא אני בא

זאגט דער רבי איך קען לאזן א טרער
אבער וויסן זאלסטו אז ס'איז זייער שווער
ווייל אויב וויינט מען נישט ביום החופה
איז שפעטער וויינט מען טיפה בטיפה

ווייל דער יום החופה איז א שעת הכושר
זוכה צו זיין צו אושר ועושר
און אויב אין דעם צייט קיין טרער מ'ווייזט
האט מען חלילה די הזדמנות פארפאסט
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

Urgent

תגובהדורך יצחקי » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:41 pm

איך דארף וויכטיג גראמען פאר א חתן (קבלת פנים) נאך פאר שבת,

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:01 pm

יצחקי האט געשריבן:איך דארף וויכטיג גראמען פאר א חתן (קבלת פנים) נאך פאר שבת,

מאכסט א דזאק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 23, 2017 10:36 pm

דא האסטו גראמען אין האב הנאה

תגובהדורך מאכסט א דזאק » זונטאג ינואר 21, 2018 10:13 am

איסר האטלקי האט געשריבן:א גאר נאנטער חבר מיינער גייט חתונה האבן בקרוב, א יתום ל"ע, ער האט מיר געבעטן צו גראמען ביי זיין קבלת פנים. ער זוכט עס זאל זיין שיין עמאציאנאל, היימיש אבער אויך פערפעסיאנאל.
היות איך נאך קיינמאל געגראמט ביי קיין קבלת פנים, אפעליר איך דא צו חברינו היקרים, ווער עס האט ביי זיך אין באזוץ געשמאקע שיינע קבלת פנים גראמען, איבערהויפט פאר א ספעציעלן סיטואציע, זאל מיר צוליב טון און עס ארויפשטעלן, זאלן אנדערע שוין אויך הנאה האבן דערפון. אדער עס שיקן אין אישי.

שכרכם הרבה מאוד!!

מאכסט א דזאק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 23, 2017 10:36 pm

תגובהדורך מאכסט א דזאק » זונטאג ינואר 21, 2018 10:30 am

לטובת הרבים ווער עס דארפ פון הגראמער יעקב גראס
גראמען לכבוד פיני גרויס ב''פ
ע"י יעקב שלמה גראסס

פנה נא אל התלאות ואל לחטאות
טייערע חתן ווען דו גייסט יעצט צו צום חופה וויין בבכיות נוראות
לשמוע------- אל הרינה ואל התפילה

בעזרת השם יתברך ויתעלה
חתן לעבן את פניך יעצט אחלה
טייערער חתן בכל שמחה וצהלה
די גייסט דאך יעצט אויסבעטן כל משאלה
געדענק אז שערי דמעות לא ננעלו

ונתנה תוקף קדושת היום כי היא נורא
דעם היינטיגען טאג עס כאפט דעך א פחד אין א מורה
אזא לעכטיגען טאג באקומסטו פונעם הייליגען בורא
לאמיר זיך א דורך שמועסן נחפשה דרכינו ונחקורה
זיך אויסצווויינען בזכות די תהילים ובזכות מזמוריה
אין בעטן אלהי נשמה שנתת בי טהורה
ביים הייליגען ראפשיצער איז א מעשה געווען
א חתן ביום חופתו האט ער געזען
דער חתן לאסט נישט אראפ קיין געוויין
אזאנץ טאר נישט פאסירן ניין
ווי קעמען לאזן אזא הייליגער טאג א דורך גיין

שטילערהייט צום חתן זיך איינגעבויגען
חתן לעבן שמע לייג צו דיינע אויהערן
דריי מאל טוט מען א מענטש מיט לעכטעלעך באגלייטען
ביים ברית ביים חופה ביים לווייה ווען מפירט אים צום גן עדן
חתן עס טוט זיך קאם גלייבען
די אלסט שוין דא ביי דאס לעכטעלע דעס צווייטען
די ערשטע מאל האט מען דיר נישט געגעבען שכל צו בעטן
דאס דריטע מאל איז שוין צו שפעט
פארדעם יעצט ווען די קענסט פארגעס נישט אין בעט

אוי טייערע חתן א טיפה נקודה יעצט הער
וי ויכטיג איז די וויינען פארן חופה וי גרויס איז די טרער
רבי ברוכ'ל סערעטער פארן חופה געזעצן ביי די גמרא פאטראכט
איז אריין זיין מחותן דער הייליגער בעלזער רב אין געזאגט ניין-
נישט אזוי זעט מען אויס ביי אזא הייליגער נאכט
רבי ברוך'ל האט אבער נישט פארשטאנען זיין כוונה
האט ער אנגאויבען לערנען מיט א גרעסערע התמדה

איז רבי ישכר דוב אריין צום צווייטען מאל אי געגעבן א זאג
ניין נישט אזוי זעט מען אויס אין אזא דערהויבענע טאג
רבי ברוך'ל האט אבער נישט געקענט פארשטיין
האט ער אויסגעבראכן מיט א יאמערליך געוויין
האט זיך דער רב אנגערופן יא
נאר אזוי דארף א חתן אויסזען ביום חופתו
ווייל דער באשעפער דארף נישט מער
ווי איין אמעתן טרער
ווייל שערי דמעות לא ננעלו
אין מיט א טרער קען סטו זיך אויסבעטן כל משאלה

ווען די בית המקדש איז חרוב געווארן אין מדרש שטייט
האט דער באשעפער נישט געהערט די תפילות פון די אבות
נאר דאס וואס מאמע רחל האט געוויינט
זענען צדיקים מסביר דעם דערהער
אז גארנישט קען פוילען וי איין ווארים טרער
איז טייערע דודיל שפוך ליבך כמים
אין רייס איין וועלטען ביים ארך אפיים
בעט לזעקתי תפתח שער
טאטע רייניג מיך אויס זיי מיך מטהר

מען טוט דיך דעך מיט צוויי לעכטעליך באגלייטען
צו באקוקן דיין נשמה עס אויסצורייניגען
כי ביום הזה יכפר עליכם
דער באשעפער זאגט שובו שובו מדרכיכם

אין אזא צייט ווען מ'עפנט אויפ אלע טויערן אין טירען
בעט מיט תשובה מיט תפילה מיט בכי תמרורין
אלע דיינע מעשים טוט מען היינט אויפמישען
יעדער מחשבה על אחרון ועל ראשון
פארדעם מאך דיך א' חשבון א' קלארען
ווי זוי זענען א' דורך געגאנען די בחוריש'ע יארן
צו האסטו אכטונג געגעבן פון א' יעדע שלעכט
צו זענען דיינע אלע מעשים געוועזן גערעכט
אבער חתן וויסען דארפטו יעצט וויסען
אז יעצט קענסטו אלעס אנדעקן אין אפווישען
מיט אפאר טרערעליךפארגיסן
פון הארצעןטיפעןוועט זיין את רוע הגזירה מעבירין
אין פאר דעם זאג

הנני העני ממעש
פאר ווען די גייסט מקיים זיין
דעם הרי את מקודשת לי בטבעת
בעט פונעם יושב תהילות ישראל
באתי לעמוד ולהתחננן לפניך
על כל חטאי ופשעי שחטאתי לפניך
ואע''פ די האסט נישט קיין מעשים שלעכטע
אבער אין צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא
בעט יעצט נאר איין זאך
אבינו מלכינו סלח
ווייל כי אל מלך מוחל וסולח
השם השם אל רחום וחנון
חאטשיג איך ווייס נישט צו סי קומט מיר
אבער לפני משורת הדין
שדי איום ונורא
אזא היילייגער טאג עס איז איום ונורא
פאר דעם בעט איך יעצט דא אין אזא דערהויבענע שעה
לבקש רחמים רחמים עלי
באשעפער ער צו צו מיין געשריי

אוי רצה עתירתם
ווען איך שטיי דא יעצט
בעמדי בהאי שעתא
שעה נא לרצון
הקשיבה ווען איך שטיי יעצט
דא מטטען קעניגליכען קרוין
מיין טייערע קינד
זאג דער באשעפער דיר א צינד
היינטיגען טאג ווערסטו ריין פון א יעדע זינד
טהרם ניסך עושה גדולות עושה גדולות

אין זאג רבונו של עולם די ביסט דעך אינזער פאטער
מיר זענען דיינע קינדער
רבונו של עולם בעט איך יעצט א צינד
מעק מיך אויס א יעדע זינד
ווייל די ביסט דעך אינזער פאטער
מיר זענען דיינע קינדער

{אהבה רבה סאטמער}
יעצט חתן לעבן הגיע הזמן
פארגעס נישטאויפוואס די דארפסט מתפלל זיין
על זאת יתפלל כל חסיד
טו יעצט בעטן אויפן עתיד
בעט דא יעצט מיט הייסעטרערעליך
געראטענע קינדער זיי זאלן זיין נאר ערליך
זרעה חייה וקיימא
די לא יפסוק מפתגמי

בני חיי ומזוני רוויחי
זאל זיין ביי ענק א' מילתא דשכיחא

צום הייליגען בעש''ט איז א' איד געקומען צו גיין
רבי מיין הויז איז ליידיג פון קינדער שרייט ער מיט א' געוויין
אם אין בנים מתה אנכי
ווען וועל איך צו קינדער שוין זיין זוכה

אוי אוי זאגט איהם דער הייליגער רבי
האסט גיהאט א' חופה דערמאנט דיךנאר
פארוואס האסטו נישט געבעטן אויפצושטעלן א ערליכען דור
דיין געבעט איז זייער שווער
האסט צו שפעט געלאזט פאלן דע טרער
פארדעם חתן כאפ יעצט אריין אין בעט מער אין מער

אוי אוי דער הייליגער קדישת לווי זאגט פארוואס אין די שעות
מגייט צום גייט מען בבכיות נוראות
ווייל סי שטייען פאר דיר די דורות העתידים ממך להיות
אין בעטן ווען עס ליגט פאר דיר דער כוס הישעות
רייס אן פאר אינז מיט גרויסע בכיות

פארדעם פינילע בעט יעצט לאין ערך
די גייסט דאך א לעבן א לאנגען בעט א תפילת הדרך
אין בעט יהי רצון מלפני אבינו שבשמים
וכתבינו בספר החיים
חיים של בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות
לעבן ווי א איד מיט א תמימות
זאלסט קיינמאהל נישט וויסען פון דאס ווארט צער
פאר ענק זאלאיביג זיין האפן דאס שער
ותן לכל גוויה וגוויה די מחסירו
א לעבן מלא חן נאר בשמחה זיין

אין בעט וכתבינו בספר החיים
א גליקלעכן לעבן א לעכטיגען יידישען היים
בני חיי ומזוני רוויחי
אן הערליכען היים א הערליכען מלוכה
וכתבינו בספר החיים
זאל מקוים ווערין דעם עוד ישמע
ובחוצות ירושלים

יעצט חתן לעבן פארגעס נישט א תפילה קצרה
פאר אלע אידן וואס געפינען זיך אין א צרה
ויפל שרייען אין בעטן
א גליקלעכן לעבן
נחת פון די קינדער וילן זיי דערלעבן

אזוי פיל אידן דרייען זיך אין די שפיטעלער
נישט געזונט יעדער מיט זיין פעלער
טאטע מאמע ווען קומסטו שוין אהיים
באפריי אינז די הויז שמחם
שמחם בבנין שלם
חתן לעבן רייס אן פאר זיי אלע
בעד עמך רחמים שאלי
משאלותיהם הקב''ה תמלא
זייערע תפילות זאלן ווערין נתעלה
פאר אלע וואס ווארטען אויף א ישועה
נאך אזוי פיל פלאג מיט יגיעה
רבש''ע הבט וראה
ער שוין צו צו זייער געשריי

אין בעט אלהים אל דמי לך

אלהים אל דמי לעך
וועט מקוים ווערין דעם מתפלל על חבירעך
ווייל דאס איז זעכער די סגולה
פון והוא נענה תחילה

דעס איז א וודאי נישט קיין שאלה
אז שערי דמעות לא ננעלו
אזא מעמד נשגבה אזא הייליגער מאמענט
לאזעס נישט ארויס פון דיינע הענט

אין בעט ויהי רחמיך מתגוללים
וויין פארן שוכן במרומים
וויפל אידן נעבעך ליידען אזויפיהל צרות
זיי בעטן מיט רחמנות
ויהי רחמיך מתגוללים על עם
נעם אינז שויןאלע צוזאם
וויפל קינדער ווארטן אומגעדילדיגט אן א צאהל
ווען קימט שוין טאטע אהיים פון שפיטאל
ויהי ------ רחמיך
רחם על נחלתיך
רבונו של עולם האב שוין רחמנות
אויף דיינע קינדערליך


{למקדשך טוב בלאזוב}
אין יעצט בעט למקדשך טוב
ולירושלים עירך ברחמים תשוב
יבנה המקדש עיר ציון עיר
והשב את העבודה לדביר
שכינה הק' דרייט צעך אין גלות
בעט מיט עקשנות
ווען וועלין מיר זוכה זיין צו מקריב זיין קרבנות
אוי אוי
בירושלים קרתא דשיפריא
דער יעב''ץ שרייבט פאייער דיגע ווערטער
וויפל פראבלעמען גילה רינה אין אזוי פיהל ערטער
ווייל זיי האבן פארגעסן צו בעטן מיט כוונה
אויפן בית המקדש שיבנה
וברננה נעלה
בעט ביים יה רבון עלם ועלמיא

ווען וועט מען שוין אויסגעלייזס ווערין ווען
אזוי פיהל אידן אין די שפיטעלער
ווארטען ווען די טויערן פאר זיי אויפמאכט מען
רבונו של עולם הבט וראה
ער שוין צו צו זייער געשריי
ואם לא עכשיו אמתי
הרחמן הנקדש יתברך ויתעלה
ושם נשיר שיר חדש וברננה נעלה

אין מיט דעם בין איך מסיים
מיט אן הארציגע מזל טוב אין א לחיים
יברכך השם מיט אלע ברכות מן השמים
ווען די גייסטעך אנטוהן מיטען ווייסען קיטל
פארגעס נישט אויך פאר דיין טאטע מאמע
אויך א קויטעל
בעט פאר זיי אן הארציגע תפילה א ווארימע קאפיטלע
דער אייבישטער וועט דיר א וודאי אויסהערן
דיינע תפילות וועלין זיכער נתקבל ווערין
געדענק נאר יש קונה עולמו בשעה אחת

מאכסט א דזאק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 23, 2017 10:36 pm

דא האסטו גראמען אין האב הנאה

תגובהדורך מאכסט א דזאק » זונטאג ינואר 21, 2018 10:31 am

גראמען לכבוד פיני גרויס ב''פ
ע"י יעקב שלמה גראסס

פנה נא אל התלאות ואל לחטאות
טייערע חתן ווען דו גייסט יעצט צו צום חופה וויין בבכיות נוראות
לשמוע------- אל הרינה ואל התפילה

בעזרת השם יתברך ויתעלה
חתן לעבן את פניך יעצט אחלה
טייערער חתן בכל שמחה וצהלה
די גייסט דאך יעצט אויסבעטן כל משאלה
געדענק אז שערי דמעות לא ננעלו

ונתנה תוקף קדושת היום כי היא נורא
דעם היינטיגען טאג עס כאפט דעך א פחד אין א מורה
אזא לעכטיגען טאג באקומסטו פונעם הייליגען בורא
לאמיר זיך א דורך שמועסן נחפשה דרכינו ונחקורה
זיך אויסצווויינען בזכות די תהילים ובזכות מזמוריה
אין בעטן אלהי נשמה שנתת בי טהורה
ביים הייליגען ראפשיצער איז א מעשה געווען
א חתן ביום חופתו האט ער געזען
דער חתן לאסט נישט אראפ קיין געוויין
אזאנץ טאר נישט פאסירן ניין
ווי קעמען לאזן אזא הייליגער טאג א דורך גיין

שטילערהייט צום חתן זיך איינגעבויגען
חתן לעבן שמע לייג צו דיינע אויהערן
דריי מאל טוט מען א מענטש מיט לעכטעלעך באגלייטען
ביים ברית ביים חופה ביים לווייה ווען מפירט אים צום גן עדן
חתן עס טוט זיך קאם גלייבען
די אלסט שוין דא ביי דאס לעכטעלע דעס צווייטען
די ערשטע מאל האט מען דיר נישט געגעבען שכל צו בעטן
דאס דריטע מאל איז שוין צו שפעט
פארדעם יעצט ווען די קענסט פארגעס נישט אין בעט

אוי טייערע חתן א טיפה נקודה יעצט הער
וי ויכטיג איז די וויינען פארן חופה וי גרויס איז די טרער
רבי ברוכ'ל סערעטער פארן חופה געזעצן ביי די גמרא פאטראכט
איז אריין זיין מחותן דער הייליגער בעלזער רב אין געזאגט ניין-
נישט אזוי זעט מען אויס ביי אזא הייליגער נאכט
רבי ברוך'ל האט אבער נישט פארשטאנען זיין כוונה
האט ער אנגאויבען לערנען מיט א גרעסערע התמדה

איז רבי ישכר דוב אריין צום צווייטען מאל אי געגעבן א זאג
ניין נישט אזוי זעט מען אויס אין אזא דערהויבענע טאג
רבי ברוך'ל האט אבער נישט געקענט פארשטיין
האט ער אויסגעבראכן מיט א יאמערליך געוויין
האט זיך דער רב אנגערופן יא
נאר אזוי דארף א חתן אויסזען ביום חופתו
ווייל דער באשעפער דארף נישט מער
ווי איין אמעתן טרער
ווייל שערי דמעות לא ננעלו
אין מיט א טרער קען סטו זיך אויסבעטן כל משאלה

ווען די בית המקדש איז חרוב געווארן אין מדרש שטייט
האט דער באשעפער נישט געהערט די תפילות פון די אבות
נאר דאס וואס מאמע רחל האט געוויינט
זענען צדיקים מסביר דעם דערהער
אז גארנישט קען פוילען וי איין ווארים טרער
איז טייערע דודיל שפוך ליבך כמים
אין רייס איין וועלטען ביים ארך אפיים
בעט לזעקתי תפתח שער
טאטע רייניג מיך אויס זיי מיך מטהר

מען טוט דיך דעך מיט צוויי לעכטעליך באגלייטען
צו באקוקן דיין נשמה עס אויסצורייניגען
כי ביום הזה יכפר עליכם
דער באשעפער זאגט שובו שובו מדרכיכם

אין אזא צייט ווען מ'עפנט אויפ אלע טויערן אין טירען
בעט מיט תשובה מיט תפילה מיט בכי תמרורין
אלע דיינע מעשים טוט מען היינט אויפמישען
יעדער מחשבה על אחרון ועל ראשון
פארדעם מאך דיך א' חשבון א' קלארען
ווי זוי זענען א' דורך געגאנען די בחוריש'ע יארן
צו האסטו אכטונג געגעבן פון א' יעדע שלעכט
צו זענען דיינע אלע מעשים געוועזן גערעכט
אבער חתן וויסען דארפטו יעצט וויסען
אז יעצט קענסטו אלעס אנדעקן אין אפווישען
מיט אפאר טרערעליךפארגיסן
פון הארצעןטיפעןוועט זיין את רוע הגזירה מעבירין
אין פאר דעם זאג

הנני העני ממעש
פאר ווען די גייסט מקיים זיין
דעם הרי את מקודשת לי בטבעת
בעט פונעם יושב תהילות ישראל
באתי לעמוד ולהתחננן לפניך
על כל חטאי ופשעי שחטאתי לפניך
ואע''פ די האסט נישט קיין מעשים שלעכטע
אבער אין צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא
בעט יעצט נאר איין זאך
אבינו מלכינו סלח
ווייל כי אל מלך מוחל וסולח
השם השם אל רחום וחנון
חאטשיג איך ווייס נישט צו סי קומט מיר
אבער לפני משורת הדין
שדי איום ונורא
אזא היילייגער טאג עס איז איום ונורא
פאר דעם בעט איך יעצט דא אין אזא דערהויבענע שעה
לבקש רחמים רחמים עלי
באשעפער ער צו צו מיין געשריי

אוי רצה עתירתם
ווען איך שטיי דא יעצט
בעמדי בהאי שעתא
שעה נא לרצון
הקשיבה ווען איך שטיי יעצט
דא מטטען קעניגליכען קרוין
מיין טייערע קינד
זאג דער באשעפער דיר א צינד
היינטיגען טאג ווערסטו ריין פון א יעדע זינד
טהרם ניסך עושה גדולות עושה גדולות

אין זאג רבונו של עולם די ביסט דעך אינזער פאטער
מיר זענען דיינע קינדער
רבונו של עולם בעט איך יעצט א צינד
מעק מיך אויס א יעדע זינד
ווייל די ביסט דעך אינזער פאטער
מיר זענען דיינע קינדער

{אהבה רבה סאטמער}
יעצט חתן לעבן הגיע הזמן
פארגעס נישטאויפוואס די דארפסט מתפלל זיין
על זאת יתפלל כל חסיד
טו יעצט בעטן אויפן עתיד
בעט דא יעצט מיט הייסעטרערעליך
געראטענע קינדער זיי זאלן זיין נאר ערליך
זרעה חייה וקיימא
די לא יפסוק מפתגמי

בני חיי ומזוני רוויחי
זאל זיין ביי ענק א' מילתא דשכיחא

צום הייליגען בעש''ט איז א' איד געקומען צו גיין
רבי מיין הויז איז ליידיג פון קינדער שרייט ער מיט א' געוויין
אם אין בנים מתה אנכי
ווען וועל איך צו קינדער שוין זיין זוכה

אוי אוי זאגט איהם דער הייליגער רבי
האסט גיהאט א' חופה דערמאנט דיךנאר
פארוואס האסטו נישט געבעטן אויפצושטעלן א ערליכען דור
דיין געבעט איז זייער שווער
האסט צו שפעט געלאזט פאלן דע טרער
פארדעם חתן כאפ יעצט אריין אין בעט מער אין מער

אוי אוי דער הייליגער קדישת לווי זאגט פארוואס אין די שעות
מגייט צום גייט מען בבכיות נוראות
ווייל סי שטייען פאר דיר די דורות העתידים ממך להיות
אין בעטן ווען עס ליגט פאר דיר דער כוס הישעות
רייס אן פאר אינז מיט גרויסע בכיות

פארדעם פינילע בעט יעצט לאין ערך
די גייסט דאך א לעבן א לאנגען בעט א תפילת הדרך
אין בעט יהי רצון מלפני אבינו שבשמים
וכתבינו בספר החיים
חיים של בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות
לעבן ווי א איד מיט א תמימות
זאלסט קיינמאהל נישט וויסען פון דאס ווארט צער
פאר ענק זאלאיביג זיין האפן דאס שער
ותן לכל גוויה וגוויה די מחסירו
א לעבן מלא חן נאר בשמחה זיין

אין בעט וכתבינו בספר החיים
א גליקלעכן לעבן א לעכטיגען יידישען היים
בני חיי ומזוני רוויחי
אן הערליכען היים א הערליכען מלוכה
וכתבינו בספר החיים
זאל מקוים ווערין דעם עוד ישמע
ובחוצות ירושלים

יעצט חתן לעבן פארגעס נישט א תפילה קצרה
פאר אלע אידן וואס געפינען זיך אין א צרה
ויפל שרייען אין בעטן
א גליקלעכן לעבן
נחת פון די קינדער וילן זיי דערלעבן

אזוי פיל אידן דרייען זיך אין די שפיטעלער
נישט געזונט יעדער מיט זיין פעלער
טאטע מאמע ווען קומסטו שוין אהיים
באפריי אינז די הויז שמחם
שמחם בבנין שלם
חתן לעבן רייס אן פאר זיי אלע
בעד עמך רחמים שאלי
משאלותיהם הקב''ה תמלא
זייערע תפילות זאלן ווערין נתעלה
פאר אלע וואס ווארטען אויף א ישועה
נאך אזוי פיל פלאג מיט יגיעה
רבש''ע הבט וראה
ער שוין צו צו זייער געשריי

אין בעט אלהים אל דמי לך

אלהים אל דמי לעך
וועט מקוים ווערין דעם מתפלל על חבירעך
ווייל דאס איז זעכער די סגולה
פון והוא נענה תחילה

דעס איז א וודאי נישט קיין שאלה
אז שערי דמעות לא ננעלו
אזא מעמד נשגבה אזא הייליגער מאמענט
לאזעס נישט ארויס פון דיינע הענט

אין בעט ויהי רחמיך מתגוללים
וויין פארן שוכן במרומים
וויפל אידן נעבעך ליידען אזויפיהל צרות
זיי בעטן מיט רחמנות
ויהי רחמיך מתגוללים על עם
נעם אינז שויןאלע צוזאם
וויפל קינדער ווארטן אומגעדילדיגט אן א צאהל
ווען קימט שוין טאטע אהיים פון שפיטאל
ויהי ------ רחמיך
רחם על נחלתיך
רבונו של עולם האב שוין רחמנות
אויף דיינע קינדערליך


{למקדשך טוב בלאזוב}
אין יעצט בעט למקדשך טוב
ולירושלים עירך ברחמים תשוב
יבנה המקדש עיר ציון עיר
והשב את העבודה לדביר
שכינה הק' דרייט צעך אין גלות
בעט מיט עקשנות
ווען וועלין מיר זוכה זיין צו מקריב זיין קרבנות
אוי אוי
בירושלים קרתא דשיפריא
דער יעב''ץ שרייבט פאייער דיגע ווערטער
וויפל פראבלעמען גילה רינה אין אזוי פיהל ערטער
ווייל זיי האבן פארגעסן צו בעטן מיט כוונה
אויפן בית המקדש שיבנה
וברננה נעלה
בעט ביים יה רבון עלם ועלמיא

ווען וועט מען שוין אויסגעלייזס ווערין ווען
אזוי פיהל אידן אין די שפיטעלער
ווארטען ווען די טויערן פאר זיי אויפמאכט מען
רבונו של עולם הבט וראה
ער שוין צו צו זייער געשריי
ואם לא עכשיו אמתי
הרחמן הנקדש יתברך ויתעלה
ושם נשיר שיר חדש וברננה נעלה

אין מיט דעם בין איך מסיים
מיט אן הארציגע מזל טוב אין א לחיים
יברכך השם מיט אלע ברכות מן השמים
ווען די גייסטעך אנטוהן מיטען ווייסען קיטל
פארגעס נישט אויך פאר דיין טאטע מאמע
אויך א קויטעל
בעט פאר זיי אן הארציגע תפילה א ווארימע קאפיטלע
דער אייבישטער וועט דיר א וודאי אויסהערן
דיינע תפילות וועלין זיכער נתקבל ווערין
געדענק נאר יש קונה עולמו בשעה אחת

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג יולי 31, 2018 7:01 pm

בס"ד


גראמען לקבלת פנים



ניגון שקעה חמה

זה היום עשה השם
חתן דארפסט היינט דאנקען מער ווי סיי ווען
אז דו האלטסט שוין היינט אינעם טאג גרויס אזוי
אוי נגילה ונשמחה בו
אז דו ביסט אנגעקומען צו די יעצטיגע שעה
אינעם גרעסטן טאג פון לעבן דו האלטסט שוין דא
קענסט היינט אויסבעטן אלעס וואס דו ווילסט
חתן לעבן מאך זיכער די צייט דו אנפילסט
עס איז א זמן פון תשובה אויף אלע חטאים
מען איז דיר מוחל אויף אלע חטאים
הזמן קצר והמלאכה מרובה
נוץ אויס דעם טאג דעם יום החופה



ניגון: הלל הזקן – ר' יו"ט עהרליך ז"ל

פערציג טעג פאר דו ביסט אויפן וועלט געווען חונה
האט מען אויסגערופן בת פלוני לפלוני
די נשמה וועט א חתן ווערן
צו די נשמה פון די כלה די שטערן
און די ביידע נשמות אויף יענע וועלט וואס שיינט
האבן זיך געגעבן די האנט
און מיט געוויינען פון פרייד זיך געשיידט
צום ווידערזען דארט אונטן מען גייט

די צוויי קינדער זענען געבוירן צו משפחות
מען האט דארט אנגעוואונטשן כל מיני ברכות
און זענען זיך געגאנגען זייערע וועגן
ביז מען איז זיך ווידער געקומען אנטקעגן
א שידוך פון זיי ביידע געשען
זיי געדענקען נישט אבער זיי האבן זיך שוין געזען
און מען שטעלט שוין אויף א חופה
אבער מען הערט א קול דממה א כליפע

ווייל די נשמות זיי קוקן זיך אן
און וויינען אוי וואס האט מען דא געטאן
ווען מיר האבן זיך געזען דארט אויבן
זענען מיר געווען אזוי דערהויבן
און מיט א קול פון געוויין וואס עס רירט
וויינען זיי וואס זיי האבן זיך פארשמירט
די פנימ'ער פון בושה זיי ברענען
זיי טוען זיך שוין נישט דערקענען

ניגון: דעם רבינ'ס טרער – שימי ענגל

א קעניג איז געווען גוט נישט שלעכט
ער האט אמאל גערופן א קנעכט
און האט אים געזאגט די פאלגענדע ווערטער
איך וויל דיר ארויסשיקן אין מארק
זאלסט מאכן געשעפטן גאר שטארק
גיי ארויס און קלעטער אין אלע ערטער
כדי עס זאל דיר גיין גרינג
דו ביסט דאך נישט אלט ביסט גאנץ יונג
גיב איך דיר די גענאדע
וואס דו וועסט מיר היינט בעטן דו וועסט
באקומען פון מיר געשעצט
בעט מיין קנעכט אוודאי און אוודאי

דער קנעכט ער ווערט איבעראשט ער ווייסט נישט וואס צו בעטן
ער טראכט זיך דורך און דאן טוט ער צום קעניג צוטרעטן
אדוני המלך איך בין אזוי יונג און קליין
שיק מיר נישט ארויס אין מארק אליין
האסט מיר צוגעזאגט אז אלץ וואס איך וועל פון דיר פארלאנגען
וועסטו ממלא זיין און מיר שענקען די געשאנקען
איך וויל נישט גארנישט פון דיר נאר איין זאך וואס איך וויל געניסן
קום מיט מיר מיט אויף די רייזע די געשעפטן שליסן

טייערע קעניג איך בעט דיר בתחנונים
דו זעסט מיר דא אינגאנצן פארלוירן אליין
הער אויס מיינע בקשות די שנונים
לאז נישט גיין ליידיג דיין קנעכטס געוויין
איך בעט פאר דיר מיט מיינע הייסע טרערן
קום מיט מיר אויף מיין לאנגע נסיעה
און דאן וועל איך שוין זיכער בארואיגט ווערן
ווייל איך וויס אז דו קומסט מיט מיט מיר בכל פסיעה

חתן הער אויס מיט רעכט
דו ביסט צוגעגליכן צום קנעכט
דער מלך איז דער מלך מלכי המלכים
ער שיקט דיר ארויס מיט ליב
ארויס פון דיין טאטנ'ס שטוב
זאלסט זיך אליין בויען אין דיינע אייגענע דרכים
אבער בעפאר ער שיקט דיר און וועג
בעט ער דיר וואס דו ווילסט פרעג
היינט וועל איך דיר אלעס נאכגעבן
חתן ס'איז אן אור א שיין
נוץ אויס די ליכטיגע זמן
בעט דיר אויס א גוטע לעבן

לאמיר דיר געבן אן עצה לערן זיך פון דעם קנעכט וואס צו בעטן
כאפ אריין היינט פאר דו טוסט צו די חופה צוטרעטן
בעט פון באשעפער איך בין אזוי יונג און קליין
לאז מיר נישט גיין אין מארק אליין
חתן אלעס וואס דו וועסט פון דעם באשעפער היינט פארלאנגען
זאגט ער דיר צו אז ער וועט דיר שענקען די געשאנקען
בעט ס'זאל זיין נאר גוט יעצט ווען דו שטעלסט דיינע טריט
בעט אז ער זאל גיין מיט דיר מיט

זאג טייערע קעניג איך בעט דיר בתחנונים
דו זעסט מיר דא אינגאנצן פארלוירן אליין
הער אויס מיינע בקשות די שנונים
לאז נישט גיין ליידיג דיין קנעכטס געוויין
איך בעט פאר דיר מיט מיינע הייסע טרערן
קום מיט מיר אויף מיין לאנגע נסיעה
און דאן וועל איך שוין זיכער בארואיגט ווערן
ווייל איך וויס אז דו קומסט מיט מיט מיר בכל פסיעה


ניגון: פארשטיין – מאטי אילאוויטש

די חופה איז גרייט דארט אין הויף ער
לאמיר נאכזאגן א ווארט פון הייליגן חתם סופר
ער זאגט א ווארט א א שטארקער הער דאס אויס נאר
אז א חתן ביום חופתו איז בבחינת צדיק הדור
פון דברי יחזקאל אויך גאר שטארק עס שטייט
אז אינעם טאג וואס א חתן צו די חופה גייט
איז ער צוגעגליכן צו א זאך גאר א וואוילעם
ער ווערט אנגערופן א צדיק יסוד עולם

דעריבער חתן אויב דו ווייסט צו שאצן דיין ווערד
וויין זיך אויס היינט נאכט ווער נישט געשטערט
ווייל פון ספרים הקדושים מען זאגט נאך גאר שטארק אזוי
מוחלין לו על כל עוונותו
און היינט נאכט ליגט דער גורל אין דיין האנט
דו קענסט בעטן אויף דיין עתיד ווייל דאס מזל עס שיינט
און וואס דער בעל שם הקדוש האט געזאגט פאר א חתן מעגסטו הערן
ביום החופה וואש דיין פנים מיט הייסע טרערן

דער רבי ר' נחמן זאגט א משל נעם עס אין באטראכט
עס איז געווען אמאל איינער וואס האט געהאלטן זיין האנט פארמאכט
קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער טראגט ארום מיט זיך אין די הענט
דער עולם איז אים נאכגעלאפן אבער וויסן מ'האט נישט געקענט
נאך יארן לאנג וואס מען לויפט אים נאך דרייט זיך דער מענטש און לאכט
ער ווייזט אויף זיין פארשלאסענע הענט און ער האט עס אויפגעמאכט
ער האט גארנישט דארט געהאט נאר יעדער איינער מיט זיין נייגער
איז אים נאכגעלאפן פיר און צוואנציג שעה אויפן זייגער

די זעלבע דער בעל דבר טוט מיט די מענטשהייט
ער רעדט אונז איין אז ער ווייסט און ער פארשטייט
אבער ווען עס קומט דער טאג פון גליק קומט ער פון זאק ארויס
ווי ביטער עס איז די אנטוישונג ריזיג גרויס
איז חתן אויב אין דיינע בחור'ישע יארן ביסטו געלאפן נאך אים
וויין זיך יעצט אויס טוה תשובה זיך נישט שעם
און ווען עס וועט קומען אט דער גרויסער טאג פון גליק
זאלסטו וויסן אז לא ניגע לריק

ניגון אנא ה' רוזשין

טייערער חתן געב א טראכט אריין
וואס מיט איין אמתער קרעכץ דו קענסט פועלן אין דעם זמן
מען געבט דיר פון אויבן אין הימל דעם כח אין האנט
און אויף וואס צו בעטן איז נאר פאר דיר באקאנט
ווי עס שרייבן שוין אונזערע הייליגע גדולים
אז א חתן ביום חופתו איז בבחינת צדיק יסוד עולם
מאך זיכער די צייט נישט צו פארשפילן
און פון די התעוררות זיך נישט צו אפקילן

אוי חתן לעבן אין ספה"ק טוט שטיין
פארוואס א חתן אונטערן חופה שטיקט פון געוויין
ווייל עס קומען אראפזיינע דורות העתידות
און זיי שרייען צום חתן, טאטי! בעט זאלסט אונז קענען פירן בקדושה ובחסידות
אוי חתן בעט דיינע דורות זאלן זיין וואונדערליך
וויפיל עלטערן ליידן זיך ליידער צאם פון אייגענע קינדערלעך
און דעריבער חתן לעבן מאך זיכער און בעט אז
דו זאלסט זיין דער וואס דעם ריכטיגן וועג ער ווייזט

ניגון נחנו בידך – יאסעלע ראזענבלאט

און בעט נחנו בידך בידך כחומר
סלח נא אוי סלח נא סלח נא סלח נא על קל וחומר
בעט אז דו זאלסט קענען רוען אל המנוחה ואל הנחלה
זאלסט נישט האבן אין משפחה קיין שום צרה ומחלה
מיט א פעסטע תפילה נעם זיך צוזאם
זאלסט קענען פירן א שטוב מיט א יודישן טעם
און אז דו ביסט שוין א מלך פורץ גדר
בעט שוין אויף אונז אלע אויף יעדער
יעדער ווארט אויף א ישועה פריוואט
און אפילו מען קען עס נישט ארויסזאגן
יעדער האט זיינע אייגענע זאכן וואס טוט אים פלאגן
מען וויינט אז מען האט שוין גענוג געהאט
יעצט חתן די צייט געקומען איז
און מיט די רעכטן פיס
טרעט אריין אין חופה מיט א רוח דקדושה
ביסט אנגעקומען ענדליך
די צייט איז אויסערגעווענליך
הייב אן דיין נייע לעבן מיט כוחות פרישע...
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג יולי 31, 2018 7:10 pm



צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט