א געלונגענע שורה (אפענעם אשכול)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

א געלונגענע שורה (אפענעם אשכול)

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 5:12 pm

פון צייט צו צייט פאלט מיך איין עפעס א געלונגענע גראם\שורה וואס כ'טראכט צו נוצען אמאל ווען עס מאכט זיך דעם געלעגענהייט. אצינד עפען איך דעם אשכול צו קענען אריינווארפען אזוינע שורות דא און דארט, טאמער וועט איינער הנאה האבען דערפון. עס איז אויסדרוקליך נישט קיין עקסקלוסיוו אשכול פאר מיר, און אדרבה, ווער עס האט א גוטס ווערט מכובד זיך אנצורופען.

קיינער אויף זיי נישט געוועהן חס, געוואלגערט נעבעך ווי ביליגע שמאטעס
בני ציון היקרים המסולאים בפז, חבקו אשפתות
---
אימה חשיכה וואו ווייט עס זעהט דעם אויג
וירא את המקום מרחוק
---
איהר מעשים זכור אזכרנו עוד
און מ'בעט צאצאיה כן פקוד
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום דינסטאג נובעמבער 01, 2016 6:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 5:42 pm

אשרי יושבי ביתך
כולנו יודעי שמיך

יקום פורקן מן שמיה
אין זה ראי'

יראו ענינו וישמח ליבינו
ריקם על תשיבינו

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 5:57 pm

איש החסד האט געשריבן:אשרי יושבי ביתך
כולנו יודעי שמיך

יקום פורקן מן שמיה
אין זה ראי'

יראו ענינו וישמח ליבינו
ריקם על תשיבינו

:lol: לץ
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 6:02 pm

שיין אנעים

יישר כח
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » דינסטאג נובעמבער 01, 2016 1:00 am

פיינער אשכול, ייש״כ אנעים.

די ערשטע שטיקל פון בני ציון איז געוואלדיג.
אגב וויאזוי וואלסטו געגראמט ״חס״ ? מיט א קמץ ?

די צווייטע מיינסטו חשיכה מיט א כ׳ ? אויב יא איז עס א פיינער מליצה סתם אזוי, אויף די עקידה זאגט זיך עפעס נישט אימה חשיכה.

די דריטע איז אויך פיין.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג נובעמבער 01, 2016 6:04 am

אוודאי האט געשריבן:פיינער אשכול, ייש״כ אנעים.

די ערשטע שטיקל פון בני ציון איז געוואלדיג.
אגב וויאזוי וואלסטו געגראמט ״חס״ ? מיט א קמץ ?

די צווייטע מיינסטו חשיכה מיט א כ׳ ? אויב יא איז עס א פיינער מליצה סתם אזוי, אויף די עקידה זאגט זיך עפעס נישט אימה חשיכה.

די דריטע איז אויך פיין.


חס מיט א קמץ, אזוי ווי פז.

אימה חשיכה (פארראכטען - ייש"כ) מיין איך סתם אויף יעדע שווערע מצב, ווי למשל דעם קריג וכדומה. וירא את 'המקום' מרחוק מליצה אויף כביכול.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג נובעמבער 15, 2016 9:40 pm

געהערט פריער ביי א חתונה:
דער עולם געטאנצען בשמחה וצהלה
געוועהן פיין צו עסען, פת בסלו

(פנחס מאיר ווימער)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:05 am

געהערט א רעקעדירונג פון א חתונה ווי עס האט געגראמט א נייע בדחן, האב איך הנאה געהאט פון א שירה:

פארוואס קומט מען היינט אין די מאסן - הא?
ווייל היינט קומט פאר א גרויסע חתונה...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:27 am

חתונה מיט א פתח ?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:13 pm

איך וויל אנהייבן בחיל ורעדה
אויפן חתן צו זאגן די גאנצע הגדה

ער איז דאך דער חכם פון די מה נשתנה
פון זיין חכמה ודעת איז זיך יעדער מהנה

ער שפיגלט ווי א גלאנציגע קערה
ער וואלט זיך אנייצע געגעבן אפילו מיט פרעה

ער שיינט און לייכט אזוי גערעכט
ווארפט שטראלן ווי די מה נשתנה לעכט

וכו' וכו' וכו'...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט