בלאט 1 פון 1

ווער ס'האט די מאה, דער האט די דיעה

געשריבן: דאנארשטאג מאי 05, 2016 8:17 pm
דורך בתוךשארישראל
לרגל שנתעטרתי שר-המאה

געשריבן אין-דריי-ווערטער צוליב וואס כ'האב דאס אריגינאל געשטעלט אינעם דריי ווערטער אשכול מעג איך דאס איבערשטעלן דא אלץ א באזונדערע אשכול?

בתוךשארישראל האט געשריבן:ווער ס'האט די-מאה
דער-האט די דיעה
לויטעט דער מאמר

ענדליך מיט יגיעה
איינגעהאנדעלט די מציאה
"שר המאה" מ'זעמיר

האפן מיר דערצו
נישט אומזיסטע מיה
כאטש נישט סתם

קיין דברים-בטלים געשריבן
א-גוטן רושם געבליבן
ביי די קוראים

זאל השי"ת אונזער-טאטע
העלפן להלאה מעתה
קענען ווייטער אנגיין

מהנה זיין גוטע-ברודער
נישט-מאכן סתם גרודער
מבאר-הצדיקים דולה-ומשקה זיין

חיזוק פערל ווערטער
מלוקט פון-הייליגע ערטער
מפיהם חיים כל-העדה

זיין נאה-דורש ונאה
אליין פירן כראוי
בזכותם א-גאנצע רפואה

אויב האט-איר הנאה
טוט-מיר א-טובה
לאזט-הערן א-הערה



יאצמעך האט געשריבן:מזל טוב בתוךשארישראל!
ס'איז איין ווארט????
איך האף אזוי


טריסקער האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:מזל טוב בתוךשארישראל!
ס'איז איין ווארט????
איך האף אזוי

קענסט עס צוטיילן:
בתוך שאר ישראל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 05, 2016 8:39 pm
דורך יאצמעך
העמיר דא אריינשטעלן אונזער פערזענדליכע מזל טוב! (אן א 3 ווערטער אלערט)

געשריבן: פרייטאג מאי 06, 2016 6:22 am
דורך טריסקער
יאצמעך האט געשריבן:העמיר דא אריינשטעלן אונזער פערזענדליכע מזל טוב! (אן א 3 ווערטער אלערט)

גא"מ בתוך שאר ישראל (תרתי משמע...)
עלה והצלח (כ'מיין א יעדעס ווארט...)

געשריבן: פרייטאג מאי 06, 2016 6:36 am
דורך פערפעקט
טאקע אמאל געהערט
עס גייט נישט פארקערט
האבן שוין אסאך פרובירט.

ווער ס'האט די דיעה
דער האט די מאה
האט נאך קיינמאל פאסירט.

געשריבן: פרייטאג מאי 06, 2016 6:54 am
דורך טריסקער
פערפעקט האט געשריבן:טאקע אמאל געהערט
עס גייט נישט פארקערט
האבן שוין אסאך פרובירט.

ווער ס'האט די דיעה
דער האט די מאה
האט נאך קיינמאל פאסירט.

הדא הוא דאמר:
"ולא לחכמים לחם"

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 1:46 am
דורך בתוךשארישראל
בעווה"ר בין איך נישט אנגעקומען ביז יעצט צו רעאגירן,
אבער איך בין שולדיג א יישר כח מיינע טייערע ידידים פאר אייערע קאמפלימענטן און שיינע וואונטשן,

שכוח, יאצמעך, טריסקער, און פערפעקט, א שיינעם דאנק.

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 5:16 am
דורך אויסגערעכנט
מזל טוב מר׳ בתוך זייער שיין

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2016 10:30 am
דורך בתוךשארישראל
אויסגערעכנט האט געשריבן:מזל טוב מר׳ בתוך זייער שיין

יישר כח