מיין קינד געניג האסטו געוויינט....

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מיין קינד געניג האסטו געוויינט....

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג אפריל 22, 2016 1:57 am

פסח זאגט מען שיר השירים, פאר די וואס ווייסען נישט איז די באקאנטע ניגן פון הרב החסיד ר' יו׳ט ערליך זכרונו לברכה. ״כ׳האב געווארט און געווארט״, גע׳בויעט אויף דעם שיר השירים. ווי כנסת ישראל זיכט ארום דעם באשעפער, און וויל אזוי שטארק ער זאל אינז ציריק פירען צי אינזער אלטען היים, און ער זאל שוין ציריק ריען זיין שכינה צווישען אינז-כלל ישראל, און כנסת ישראל זיכט און זיכט און קען איר נישט געפינען, און פון זיין השתוקקת וויינט ער און יאמערט און קען נישט צי זיך קימען.

דא viewtopic.php?t=13253#p401191 האט איר דעם ניגן, און אויך א אשכול איבער דעם ניגן, מיט @גרויזאמער׳ס הוספת. איך האב לעצטענס געשריבען א שטיקעל follow up צי דעם ניגן, ווי די באשעפער ענפערט ציריק צי כנסת ישראל, און צי די בקשה פון @גראם און דעם אנדערען אשכול צי אויף פרישען דעם ״פאעזיע און גראמען״ ווינקעל, שטעל איך עס ארויס פארען עולם, און איך האף אז אנדערע וועלען הנאה האבען פון דעם.

הארות און קריטיק וועלען זיין שטארק עפרישיעטעט.

**

מיין קינד! געניג האסטו געוויינט, אז די קענסט מיר נישט געפינען
געניג האסטו געקלאגט, און שיער אראפ פון זינען
די האסט געווארט און געווארט, און דעם חושך און דעם טינקעל
און געזיכט און געזיכט, גענישטערט יעדען ווינקעל...

דייין בענקשאפט האב איך געשפירט, ווי די קענסט צי זיך נישט קימען
און פון בענקשאפט אן א שיער, האב איך געוויינט מיט דיר און איינעם
איך בין גאר געשטאנען לעבען דיר, כ'האב געוואלט אזוי דיר טרייסטען
און מיט ליבשאפט אן א שיער, האב איך געוויינט מיט דיר און איינעם...

ווען די שומרים האבען געלאכט, האט עס דיר אזוי געבאדערט
ביסט געווארען אזוי צי שאנד, און ציבראכען ווי א שארב
דיינע אויגען זענען געווארען פארטריקענט, דיין הארץ הארט ווי א שטיין
פארלוירען אינגאנצען האסטו געשפירט, ווי און וואלד איינער אליין...

דאס לעכטעל ביי דעם עמוד, האט געטאנצט איר לעצטען טאנץ
אבער האט זיך אנגעצינדען, מיט גאר א נייען גלאנץ
דאס איז געווען פאר דיר א סימן, געווען פאר דיר א צייכען
אז אפי' טרערען רינען, אט הייבט די זין אן לייכטען...

זאלסטו וויסען מיין קינד, פאר דיין טובה נאר צום גיט
ווייל ציליב דיינע פול זינד, מיזטו ווערען אויסגעלייטערט
אבער! ווייל די האסט געווארט און געווארט, אט וועלען מיר זיך טרעפען
ווייל די האסט געזיכט און געזיכט, אט וועסט דו מיר געפינען...

ס'איז שוין אט דעם צייט, און דעם ערווארטעטער שעה
מיין קינד מאך דיר גרייט, ווייל משיח איז אט דא
גרייט דיך צי מיט לידער, וועק אויף דיין גוף דעם מידער
אט טרעף מיר זיך שוין וווידער, ווי צוויי גיטע ברידער...
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג אפריל 22, 2016 7:20 am

פון גלות אויפגעשפארט
אט אט ווערען גיימיר
פאריאגט און פאר'צער'ט
דאך מיט אמונה שלימה

שוין גענוג געווארט
וויש אפ אונזערע טרערען
עמך דבחרת
טוה אהיים קערען

כ'האב געהערט לעצטענס א טייטש, למשל ווען האט א שליח צום מלך, וועט ער דאך עם מיטשיקען א גאנצע ליסטע מיט וואס ער דארף, איז אזוי אויך ווען מיר האבען א שליח צום מלך מלכי המלכים, וואלט זיך געקענט דאכטען אז מיר ניצען אויס די געלעגעהייט איינצורייסען אויף אידישע קינדער'ס פראבלעמען, אבער ניין, אם תמצאו את דודי, וואס זאגען מיר צו שליח, מה תגידו לו- צום הייליגען באשעפער, שחולת אהבה אנו,אז מיר האבען דיר ליב טאטע!

עניוועס ס'איז שפעהט, משיח קומט שוין, א ש'כח גאלדענע פעהדער פאר אנטייל נעמען אינעם פאעזיע פראיעקט, און האפענטליך וועלען מיר זיך אלע טרעפען היינט נאכט ביים גרויסארטיגען סדר אין ירושלים במקהלות רבבות אלפי ישראל, ומלכינו דער מלך המשיח בראשינו.אמן ואמן.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג אפריל 25, 2016 1:20 pm

זייער פיין גאלדענע!
ייש"כ!

ווען די שרייבסט "כ'האב געוואלט אזוי דיר טרייסטען" וואלט איך ליבערשט געשריבן "כ'האב אזוי געוואלט דיר טרייסטען" ודו"ק.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט