לחכימא ברמיזא די-לך -- אלע זענען פרייליך

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

לחכימא ברמיזא די-לך -- אלע זענען פרייליך

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 7:05 pm

בס"ד

טעג ווארעם און קאלטס
נישטא ווען צו נוצן קיין זאלץ
און אויב האט עס יא זאלץ געקאסט
אויף מארגן האט זיך עס צולאזט

פון דעם שניי א בלאסער
געווארן 'זאלץ-וואסער'
די שניי שוין לאנג נישט ניכר
ליבערשט אויסמישן די וואסער מיט צוקער

צוקער וואסער פאר דיר מ'איז פרייליך
לחכימי ברמיזא די-לך
צוקער ווערט טאקע צולאזט
אבער נישט די בריק וואס געבויט די האסט

א בריק פון כהנים בעבודתם
קול מצהלות חתנים מחופתם
אז ס'גייט ב"ה גלייך, נישט באלכסון
נאך דערצו מ'ווערט א גרויסער יחסן


כ'שרייב אלעס כאילו
אם אין אני לי מילי
אבער כ'דארף היטן פון גילו
ווען ס'איז שערי שמחה פתחו-לי

זאלץ וואסער דערמאנט פון טרערן
א חידה כ'האב געטוהן הערן
ס'איז דא א וואסער וואס איז ביטער
די זעלבע וואסער קען אויך זיין א גוטער

עס ווייסט דאך יעדע מומחה
אז ווען ס'קומט טרערליך פון שמחה
עמאציאנאל גאנצעטע שטיקער
נישט דא קיין זאלץ וואסער, בלויז צוקער

משכמו ולמעלה גבוה
יא כ'בין זיך גארנישט טועה
חדו סגו ייתי
דער עולם כאפט זיך צו זאלץ וואסער ספייסי


מ'טינקט טאקע, און מרור/הונגער/אדמה/אלע דריי מ'האט אינזין צו פטר'ן
דער סדר פירער מיינט ער מעג פארשטייטערן
די ריכטיגע הונגער ווערט פורח
ווען מ'האלט שוין ביי שלחן עורך

אויך זאלץ וואסער געווארן נמתק
נישטא קיין מענטש וואס בלייבט אום-מוטיק
אלעס ווערט באהאפטן אדוקים
צום צוקער-וואסער, מים מתוקים

צוקער וואסער צוקער וואסער מזל טוב
כל עצי השדה ימחאו כף
מיר ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף
פון זאלץ וואסער ווערן צוקער וואסער שטאף

צוקער וואסער צוקער וואסער מזל טוב
א שלשלת פלעכט זיך ווי ס'איז געווען דיין האף
יעדער וואונטש דיר בכל לבב
בשם דעם גאנצן וועלטל, א הארציגן מזל טוב

אן עקסטערן מז"ט פון א זיסן וואסער-פאל
על מי מנוחות ינהלנו

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 8:06 pm

זייער שיין, מים מלוחים על נפש עיפה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 8:44 pm

הערליך!

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 8:56 pm

ווען זאלץ און וואסער גיסען אינאיינעם.
דאן גלאנץט עס ווי א דיימאנט א שיינעם.
יווודדש שמחה געוויס איזעס,
ווען מען באטראכט דאס קוואל גיסן בזריזות.
אזוי שנעל איך גיך עס גייט.
פשי האו, פריילעכערהייט.

שמחה ומזל טוב נאך און נאך.
לעולמי עולמים און קיין יאך.

מאזעלטאף!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 06, 2016 12:19 pm

הערליך שיין.

ברוכים תהי'. יישר כח פאר די ווארימע וואונטשן


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט