עס טוט יא וויי דיין קינד!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

עס טוט יא וויי דיין קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס"ד

זיצענדיג אין בית המדרש נאך די קינות האט זיך מיר צושפיעלט אין מוח די הערליכע ניגון אל תירא פון מאטי אילאוויטש, און דאס איז וואס איז ארויסגעקומען. עס איז שוין טאקע נאך תשעה באב אבער וויבאלד עס איז מסיים בנחמה איז עס נאך אין פלאץ. (ראטזאם צי ליינען מיטן ניגון)

----
1- אל תירא 2- בכל צער וצער 3- אני עמהם 4- אין הארץ וכו'
----

1- איך טראכט צי מיר די שעה
אויפן קליינעם בענקל דא
ביים קינות אין ביהמ"ד היינט צופרי
וואס זאגט הקב"ה

1- איך ווארט דאך יעדן טאג
די שכינה ביטער קלאגט
מיין טייער קינד, וואו ביסטו וואו
אמר הקב"ה

2- איך בין אזוי אין צער
אוי אוי, אויף דיר מיין קינד ישראל
שגלו, מעל שולחן אביהם

2- די שכינה איז אויך צער
אוי אוי, לאב שהגלה לבניו אמאל
און צום גלות, נעמט נאך נישט קיין סיום

3- אני עמהם, בכל צער וצער
איך גיי דאך מיט זיי,
און עס טוט מיר וויי דערפאר
אני עמהם אינעם גלות זייערע
און שפיר אויך אליינס יעדע גזירה

4- אוי, איך ווארט אויף דיינע טרערן
פארוואס טוה איך נישט הערן
דיין געוויין, אויף צער השכינה

4- אזויפיהל צרות און ליידן
שוין דורך זינט נבוזראדן
פארוואס איז אזוי שטיל דיין קינה?

2- און מיט גרויס צער
אוי אוי, מיין תירוץ, דערפאר
צום בורא מיט א קול א שטומען

2- שוין צוויי טויזנט יארן באלד
אוי אוי, בין איך שוין אזוי קאלט
די טרערן האלטן נישט ביים קומען

4- אבער אין הארץ אזויפיהל ווייען
איי דו הערסט נישט שרייען
ווייל דאס הארץ איז פארשטאפ, ווי שטיין

4- דו זאלסט קיינמאל נישט מיינען
אז ווייל איך קען נישט וויינען
ניין, טאטע, איך וויל צוריקגיין

4- אוי, מיר זענען דא אזוי פאריאגט
צרות און נסיונות פלאגט
דער ערגסטער יאך, גלות הדעת

4- די געפילן זענען געשטארבן
טאטע זעה דעם חורבן
קום נאר מיט מיר איינמאל אויף די גאס!

2- איך זאג דיר אצינד
אוי אוי, עס טוט יא וויי דיין קינד
דעם חורבן פון ירושלים

2- משיח שיק שוין
און דערהייב שוין דיין קרוין
מיט א נחמה בכפליים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ענדע... דו פארדינסט א מעדאל...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

א שטיק הארץ און געפיל!
ש'כח
הק' איש ימיני
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אוי בכל פעם ופעם
ווען ענדע צדיק שרייבט א גראם
געט זיך א שאקל ביי יעדען אין הארץ
ס'ממש אויסנאם
עס ערוועקט די נשמה פלאם
באהאלטענע הרגשים דו אויפשפארטס

ווען עס פאלט דיר איין דעם רעיון
טוסטו אונז דערפרייען
ווי מיט א גלעזל אלטע יין

דו טוסט אלס טרייען
אין היצן צו אין שנייען
א געשמאקע ארטיקעל מיר זאלען פארדייען

אוי בכל פעם ופעם....
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אפשר קומט נישט אריין דא, אבער דאך, איז די פערטע פאל (אין הארץ אזויפיל....)א חלק פונעם ניגון אדער נאר א באונוס,פשוט איך האלט אינמיטען ארבעטען אויף עפעס וויל איך וויסען אויב מ'קען עס אויסלאזען.איינער ווייסט?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”