הייליגע שבת שבת המלכה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס זאגסטי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:15 pm

הייליגע שבת שבת המלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס זאגסטי »

איך שרייב עס נאכן זיין פארגעגענען שבת און פרידוואלד סענטער וואס איז לעבען סקווער


אנגהויבן האט זיך דארנישטאג נאכט
אז איך פאר אויף שבת צו מיין טאטן האט מען אפגעמאכט
מיין ווייב זארגט זיך וואס זי פאקט איין
דארפסט זיך נישט זארגען סוועט גיט זיין

פרייטאג מיטאג 6 אזייגער איך בין שוין גרייט
צו מקיים זיין מצות כבוד אב , א גרויס געלגענהייט
די וועג האט גענומען אינטער א האלבע שעה
איך זעה שוין דעם סענטער. אה מאיז שוין דא

לקראת שבת לכו ונלכה כי הוא מקור הברכה
דעם רב ר' שלום איך זיך
ביי מכאלי שבת פארנימען אין קיך
ווי וועט מען איינשטיין, ווייז מיר ביטע די הדרכה

קום צוזאמען מיט מיר
ער פירט מיר צו א הייזקע און עפענט די טיר
א רחבות הערליך עד אין שיעור
ער פירט מיך צו רום נומער פיר

ממאכט זיך גרייט צום הייליגען גאסט
אויפצוינעמען ווי עס פאסט
אריין אין בית המדרש אין חסד א דערהער
א מנין יונגלייט געקומען פון סקווער

א דאווענען מיט א ברען און חיות
מען פארגעסט אוןגאנצען פונעם עולם הגשמיות
יודן וואס זעהן נישט א גיטן טאג
אבער בא שבת מען פארגעסט פינעם גאנצען פלאג
א איד וואס האט געהאט א סטראק ליידער
צו איינער וואס איז דא צו זיין יונג קינד
וואס קען ליידער נישט גיין יעצט און חדר
יעדער צום בורא געוואנדען אצינד

נאכן דאווענען צו א סעודה זיך מזעצט
א איד פון ארץ ישראל וואס איז דא צו געסט
צו זיין ברידער
לעבט אויף דעם עולם מיט שיינע לידער

מיט א תורה פינעם היילגען נועם אלימלך
א סיפור פינעם דברי חיים
א דבר טוב זיך אינטער נעמען מכאן ואילך
מטרינקט מיט דארשט פינעם באר מים

שבת הוא מלעזוק א הערליכע פשט
עס מאכט פשוט דעם נפש זאט
ער ברענגט אריין א לבעדיגקייט
מפילט נישט ווי סלויפט די צייט

מבענטש הזן את הכל ובטבו
אז השי"ת ברוב רבו
גיט אינז נישט די יסורים
און מקען זאגן די הייליגע דיבורים

זמן קימה שבת אינדערפרי
8 אזייגער איך יאג מיך צי
צו כאפן א טבילה א שיינע שפאציר
און מיינע בוחרישע יארן און קעמפ דערמאנט עס מיר

א טובל אריין ארויס
א חידוש ווי עס קיקט אויס

א קאווע פאר דעם וועג צירוק
דארט זאגט מיר א איד
עס איז נישטא קיין עירוב. צו מיין גליק
באהלטען מיט א האף אז סאיז באהיט

און בית המדרש דער ראבי נעמט קעיר
לויפט אהין און אהער
פאר דעים א טלית
און פאר אים א קאווע יעדער זאל האבן פון אלעס

כמעשיהו בראשנה כך מעשיהו בשניה
צום דאווענען מען גרייט זיך מיט א יגועה
נשמת כל חי תברך את שמך
און אזא פלאץ עס צו פארשטיין דארף מען נישט זיין קיין מומחה

פסוק בפסוק ביי יוצור אור
קל אדון אויף דעם מהלך אויך
שמע ישראל . איין גאט איז דא נאר
פארוועם מסביר זיין נאך מען ברויך

נאכן דאווענען א קידוש מיט אלע מטעמים
יעדער פארברענגט צוזאמען
די ראביי איז דארט אויך מורעדיג
ער זעט אז קיינעמס טעלער זאל נישט זיין ליידיג

פאר אלע עלטערע אידן
אז יעדער זאל זיין צופרידען
געטריי און איבערגעגבען
ער לייגט אריין און זיי דאס חיות צום לעבען

בצפרא דשבתא
זיסע ליכטיגע טאטא
קוק אויף דיינע קינדער
פאר יעדעם איז שווער אצינדער

א שמועס אוף די סדרה פון די וואך
יעדער האט א חלק און די תורה דאך
אוף טענער הויעך
א קאך אז סגייט א רויעך

מיר וואס האבן זיך ציגהערט
ווער קען יעצט פון עסן ווערן געשטערט
אזוי פליצלינג לאזט מען זיך ארויס און א טאנץ
עליונים שושי און די אויגען זעהט זיך א גלאנץ

ברוך אליקוני מען מאכט ברוב עם
צו געדענקען דעם גוטען טעם

רעווה דרעווין
צוזאמען פון אלע חסידות טיען פראווענען
אלע זמירות פון אלע הויפן
פלעכט מען צוזאם אויף א שיינע אופן

תורה האבן געזאגט צוויי אידן
איינער אויף אידיש און איינער אויף ענגליש
עס זאלן זיין צפרידען
אלע ארים דעם טיש
ברוך המבדיל בין קודש לחול
פון אזא שבת זיך געזגענען איז א שטיקל עול
מיר האבן הנאה געהאט עד בכלל
איך ווינטש קיינער נישט זיין דארט עס זאל

ביז מיר וועלן זוכה זיין בקרוב
אויף צי בויען וואס איז ליידער געווארן חרוב
און סוועט זיין אזוי ווי ביי מתן תורה
אז אלע קראנקע וועלן אויסגהיילט ווערן דורך דעם בורה


קיין ירושלים צו גיין
במהרא בימוני אמן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נאך א שיינע שנירל אין די סעריע פון "וואס זאגסטי" גראמטיקלעך
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שיין שיין!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
וואס זאגסטי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס זאגסטי »

לכאורה האט געשריבן:נאך א שיינע שנירל אין די סעריע פון "וואס זאגסטי" גראמטיקלעך


לכאורה א דאנק פאר דיין הארציגען ווארט "שיינע"

תרנגול האט געשריבן:שיין שיין!


א גרויסן שכוח
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ערשט יעצט באמערקט, יכול ליהות ווען עס ליגט ווען אין קרעטשמע באקומט עס מער תגובות...
עניוועיס, דער מחבר האט א שטארקע געפיל צו גראמען, און ס'ניכר זיין איידל אידיש הארץ אין די שורות, גיי אן!! דו פארהערליכסט אונזער וועלט...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”