שפיל - בצאתי ממצרים - בשובי לירושלים - לליל הסדר

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

שפיל - בצאתי ממצרים - בשובי לירושלים - לליל הסדר

תגובהדורך יום אחד » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 12:16 pm

יש לי מנהג טוב בליל הסדר אז די קינדער פארשטעלן זיך ווי זיי קומען פון א ווייטע וועג און האבן א זאק אויפן ריקן מיט מצות דערין און קלאפן אריין, די טאטע פרעגט 'שלום עליכם אידן, פון ווי קומט עטס? די קינדער ענטפערן, פון מצרים און זיי פארציילן די גרויסע נסים פון באשעפער איו מצרים דערנאך ווייזען זיי די מצה, אז זיי האבן ניטאמאל געהאט צו יערען, דערנאך זינגט מען צוזאמען והוא שעמדה אדער בצאת ישראל.

ס'וואלט געווען כדאי צו בעטען אינזער טאלאנט'פולע חברים אראפ צושרייבען שרייבען אפאר שורות חריזים אויף די טאטע'ס שאלה און אפאר שורות חריזים אויף די 'אינטרא' פון די תירוץ פון די קינדער, סזאל זיין גרינגע ווערטער אויף א גרינגע ניגון פאר 7-8 יעריגע קינדער, ולמצוה גדולה יחשב.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 4:38 pm

בס''ד

געשריבען בחפזון....

ש- שלום עליכם ליבע ברודער
אז מ'טרעפט זיך ווידער
אויב מעג איך פרעגען
וואס טוט איר אויף די וועגען

ת- מיר שפאצירען אין פריידען
ארויס פון די לייידען
פאר די מצרים אזוי שלעכט
שוין מער נישט קיין קנעכט

ש- דערציילט מיר געטריי
ארויס אויף די פריי
וויאזוי האט פאסירט
ווער האט אייך געפירט

ת- דער באשעפער אונזער קייזער
געווען אונזער אויסלייזער
מיט מכות צעהן
זענען ניסים געשעהן

ש- נאך א שאלה קליין
גיטס מיר צו פארשטיין
אינעם זעקל אויף אייער ריקען
וואס טוט דארט ליגען

ת- אה, די ארימע ברויטלעך דין
אפגעבאקען אויפען זון
געיאגט האבען מיר זיך זייער
יעדען רגע איז טייער

ש- אז איר זענט שוין באפרייט
ווי אהין יעצט מ'גייט
אפריען ביינער מידע
זעצט אייך צום סעודה

ת- מיר לויפען צו א גאולה גרעסער
די ירושלים'דיגע געסער
עסען דעם קרבן פסח בחבורה
פארען באשעפער זינגען שירה
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 4:45 pm

געוואלדיג!!

(איך זעה אז דייקא דאס אז ס'איז געשריבן "בחפזון" מאכט עס אזוי געשמאק און אינהלטספול!)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 5:14 pm

יש''כ @א גראם מיט טעם ס'איז הערליך שיין, דיר צו פארדאנקען פארן צולייגען געשמאק צום סדר אי''ה.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 6:19 pm

געפעלט מיר גראדע!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 7:19 pm

WOW!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 10:12 pm

זייער שיין.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 10:13 pm

הערליך!
הק' איש ימיני

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 11:39 pm

מער ווי די גראמען געפעלט מיר די געדאנק!

די גראמען זענען הערליך!

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » פרייטאג אפריל 03, 2015 11:08 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:געפעלט מיר גראדע!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 12, 2015 9:53 am

טייבעלע האט געשריבן:זייער שיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:14 pm

טענקס פאר די קאמפלימענטס,אבער די ריכטיגע קרעדיט באלאנגט פאר יום אחד פארען דערליווערען דעם רעיון.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:40 pm

ארויפגעברענגט לזיכוי הרבים.

אפשר וואלט הרב 'א גראם מיט טעם' אדער אנדערע מאכן די גראמען מיט א גרינגע אידיש פאר קלערענע קידער.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 3:14 pm

א גוט יו"ט
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מיטוואך מאי 03, 2017 2:11 pm

די מנהג צו מאכן אזא שפיל ווערט געברענגט פון פריערדיגע

ווייסט איינער וואו?


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט