אוועק אוועק...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

אוועק אוועק...

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג פאברואר 02, 2015 12:01 pm

בס"ד

פארשלאסן, פארכאפט
שטויסט, קלאפט
אין נעץ געוועב
געפלאכטענע קלעב
צו איך געווין
אדער די שפין?

א שטויס, א ריק
א שאקל, א פליק
מיט איין זעץ
ארויס פון נעץ
פליעט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

אהער אהין, רעכטס לינק
שלעפט, שטופט, שרייט, וואונק
אריין מער
ארויס גאר שווער
רעדער צוויי
באגראבן אין שניי

א שאקל, א פליק
די גאז א דרוק
ווי אן אויגנבליק
אויפאמאל
ארויס פון טאל
רייזט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

פארמאכטע ריגל
קאלטע ציגל
מויערן, גראטעס
מייזן, לאטעס
קיין גליד רירן
פארשלאסענע טירן

קאפען, זעצן, שטופ א שטויס
שלעפן רוקן, קיין וועג ארויס
א ריק מיט קראפט
א לאך עס שאפט
אנטלויפט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

שאקלט שלעפט, פלאטערט שפרונגט
די מצב ענג, אין בלאטע זונקט
איר אייגן זיגל
מיט שנאבל, פליגל
מלחמה פירט
קאמף פלאנירט

א געזונטע שטויס
געראטעוועט ארויס
מיט לעצטע כח
די פליגלען הויעך
זי פלאטערט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

שיעבוד, פיין
קלעם, געוויין
אין בלוט פארטינקען
טומאה איינגעזונקען
באו-מים-עד
צרות, לייד

מיט שטעקן, פעקל
מצות זעקל
רויט בלוטיגע שוועל
בחפזון, שנעל
גרייט, מען שטייט
מען גייט מען גייט

פאראייניגטע כח
דערהייבן הויעך
טומאת מצרים
געווען מסיים
ארויס אן שרעק
אוועק אוועק...

*

בחזפון, שנעל
זיך געבן א שטעל
זאגן ניין!
נישט ווייטער גיין
אן טענה'ריי
זאג, איך גיי!

דעם יצר'ס נעץ
איין געזונטע זעץ
דיין אייגענע כח
דערהייבן הויעך
אנטלויפן אן שרעק
אוועק אוועק...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג פאברואר 02, 2015 12:08 pm

פארפאלען, ענדע צדיק, ביזט גוט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 02, 2015 12:13 pm

זייער גוט!! שיינע פאעזיע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג פאברואר 02, 2015 12:49 pm

אייזן גוט!

פאעזיע בתפארתו

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג פאברואר 02, 2015 1:12 pm

נישט האט געשריבן:אייזן גוט!

פאעזיע בתפארתו
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג פאברואר 02, 2015 5:50 pm

מיין אטעם מיין מחשבה
אוועק אוועק
די יסורים פונעם עבר
אוועק אוועק
אן עתיד בא יבא
נאנט נאנט
קרא ישע לעם נדבה
נאנט נאנט.

ש'כח ענדע'לע
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג פאברואר 02, 2015 8:59 pm

מעסיוו!! מעסיוו!!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג פאברואר 02, 2015 9:08 pm

צווייפעל האט געשריבן:פארפאלען, ענדע צדיק, ביזט גוט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 02, 2015 9:46 pm

גערעכטער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:פארפאלען, ענדע צדיק, ביזט גוט.


ס'איז קיינמאל נישט פארפאלן. גוט גוט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מאנטאג פאברואר 02, 2015 9:52 pm

זייער שיין ענדע צדיק
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 02, 2015 10:47 pm

איינער האט אנטדעקט טאלאנט!
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג פאברואר 02, 2015 11:36 pm

איך האב עס שוין איבערגעבליקט אבער דאס גייט נישט אזוי אויף איין פיס, דאס דארף געהעריגע ישוב הדעת, אבער דרס יא, ענדע דו ביזט מעסיוו נייעס!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
שווייצע זייגער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:42 pm

תגובהדורך שווייצע זייגער » מאנטאג פאברואר 02, 2015 11:38 pm

לוי יצחק האט געשריבן:מעסיוו!! מעסיוו!!

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג פאברואר 03, 2015 12:14 am

נישט נארמאל שיין. זייער זייער קריעיטיוו און קלאר.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג פאברואר 03, 2015 12:17 am

WOW!
דאס איז אויסערגעווענליך!

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דינסטאג פאברואר 03, 2015 2:23 am

דער פאעזיע איז עדות צו נאך טאלאנט וואס ענדע פארמאגט און צוגאב צו זיינע אלע אנדערע גאט געבענטשטע טאלאנטן, אדאנק ענדע עס איז זייער קינצלעך אראפגעלייגט, ברענג נאך.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג ינואר 18, 2016 11:53 pm

איך האב לעצטענס אסאך געזיכט און גענישטערט און די פאעזיע אוצרות דא, און כ'האב געזעהן טאקע אסאך שיינע און גיטע זאכען, אבער דעס שטיקעל... איז עפעס נישט נארמאל, שוין אפאר וואכען וואס איך קען נישט אראפ נעמען מיינע אויגן פון דעם פאום, איך קיק עס איבער און איבער און כקען נישט אויפהערען, עפעס אויסטעריש קינצלעך, קריעטעוו, און ווארעם, און ס'האט אויך א געוואלדיגע מעסעדזש וואס איך פערזענלעך האלט אז ס'איז זייער וויכטיג און געט זייער א סאך צו.
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג ינואר 19, 2016 12:01 am

כ'האב אבער אפאר הארות, אבער אזוי ווי איך זעה אז ס'איז שפעט געווארען, וועל איך מיר אי'ה ציריק קערען און א צווייטע געלעגנהייט.
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:20 am

שכוח פארן ארויפברענגען, דאס איז מאסיוו!!!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:43 am

ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:45 am

בס"ד

שקויעך אויך פאר'ן ברענגען. עניני דיומא, גאולת מצרים, שובבים, געוואלדיג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
בת היענה
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יוני 06, 2016 4:40 pm

הערליך!
איז דא א וועג צו לייקן?
;l;p-

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג יוני 06, 2016 6:08 pm

@ענדע צדיק........................... (איים ספיטשלעס...)
א לייק איז שוין נישט גענוג...
נעם א... ווייסטו וואס מאך אויף די פענטרי קאבארד און נעם וואס דו ווילסט...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יוני 06, 2016 10:46 pm

ייש"כ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט