אוועק אוועק...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
אוועק אוועק...
בס"ד
פארשלאסן, פארכאפט
שטויסט, קלאפט
אין נעץ געוועב
געפלאכטענע קלעב
צו איך געווין
אדער די שפין?
א שטויס, א ריק
א שאקל, א פליק
מיט איין זעץ
ארויס פון נעץ
פליעט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
אהער אהין, רעכטס לינק
שלעפט, שטופט, שרייט, וואונק
אריין מער
ארויס גאר שווער
רעדער צוויי
באגראבן אין שניי
א שאקל, א פליק
די גאז א דרוק
ווי אן אויגנבליק
אויפאמאל
ארויס פון טאל
רייזט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
פארמאכטע ריגל
קאלטע ציגל
מויערן, גראטעס
מייזן, לאטעס
קיין גליד רירן
פארשלאסענע טירן
קאפען, זעצן, שטופ א שטויס
שלעפן רוקן, קיין וועג ארויס
א ריק מיט קראפט
א לאך עס שאפט
אנטלויפט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
שאקלט שלעפט, פלאטערט שפרונגט
די מצב ענג, אין בלאטע זונקט
איר אייגן זיגל
מיט שנאבל, פליגל
מלחמה פירט
קאמף פלאנירט
א געזונטע שטויס
געראטעוועט ארויס
מיט לעצטע כח
די פליגלען הויעך
זי פלאטערט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
שיעבוד, פיין
קלעם, געוויין
אין בלוט פארטינקען
טומאה איינגעזונקען
באו-מים-עד
צרות, לייד
מיט שטעקן, פעקל
מצות זעקל
רויט בלוטיגע שוועל
בחפזון, שנעל
גרייט, מען שטייט
מען גייט מען גייט
פאראייניגטע כח
דערהייבן הויעך
טומאת מצרים
געווען מסיים
ארויס אן שרעק
אוועק אוועק...
*
בחזפון, שנעל
זיך געבן א שטעל
זאגן ניין!
נישט ווייטער גיין
אן טענה'ריי
זאג, איך גיי!
דעם יצר'ס נעץ
איין געזונטע זעץ
דיין אייגענע כח
דערהייבן הויעך
אנטלויפן אן שרעק
אוועק אוועק...
פארשלאסן, פארכאפט
שטויסט, קלאפט
אין נעץ געוועב
געפלאכטענע קלעב
צו איך געווין
אדער די שפין?
א שטויס, א ריק
א שאקל, א פליק
מיט איין זעץ
ארויס פון נעץ
פליעט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
אהער אהין, רעכטס לינק
שלעפט, שטופט, שרייט, וואונק
אריין מער
ארויס גאר שווער
רעדער צוויי
באגראבן אין שניי
א שאקל, א פליק
די גאז א דרוק
ווי אן אויגנבליק
אויפאמאל
ארויס פון טאל
רייזט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
פארמאכטע ריגל
קאלטע ציגל
מויערן, גראטעס
מייזן, לאטעס
קיין גליד רירן
פארשלאסענע טירן
קאפען, זעצן, שטופ א שטויס
שלעפן רוקן, קיין וועג ארויס
א ריק מיט קראפט
א לאך עס שאפט
אנטלויפט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
שאקלט שלעפט, פלאטערט שפרונגט
די מצב ענג, אין בלאטע זונקט
איר אייגן זיגל
מיט שנאבל, פליגל
מלחמה פירט
קאמף פלאנירט
א געזונטע שטויס
געראטעוועט ארויס
מיט לעצטע כח
די פליגלען הויעך
זי פלאטערט מיט שרעק
אוועק אוועק...
*
שיעבוד, פיין
קלעם, געוויין
אין בלוט פארטינקען
טומאה איינגעזונקען
באו-מים-עד
צרות, לייד
מיט שטעקן, פעקל
מצות זעקל
רויט בלוטיגע שוועל
בחפזון, שנעל
גרייט, מען שטייט
מען גייט מען גייט
פאראייניגטע כח
דערהייבן הויעך
טומאת מצרים
געווען מסיים
ארויס אן שרעק
אוועק אוועק...
*
בחזפון, שנעל
זיך געבן א שטעל
זאגן ניין!
נישט ווייטער גיין
אן טענה'ריי
זאג, איך גיי!
דעם יצר'ס נעץ
איין געזונטע זעץ
דיין אייגענע כח
דערהייבן הויעך
אנטלויפן אן שרעק
אוועק אוועק...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
- אויסערן מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1219
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
- לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...
איך האב עס שוין איבערגעבליקט אבער דאס גייט נישט אזוי אויף איין פיס, דאס דארף געהעריגע ישוב הדעת, אבער דרס יא, ענדע דו ביזט מעסיוו נייעס!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
- שווייצע זייגער
- שר העשר
- תגובות: 27
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:42 pm
- זאלץוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
- לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
- פארבינד זיך:
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
איך האב לעצטענס אסאך געזיכט און גענישטערט און די פאעזיע אוצרות דא, און כ'האב געזעהן טאקע אסאך שיינע און גיטע זאכען, אבער דעס שטיקעל... איז עפעס נישט נארמאל, שוין אפאר וואכען וואס איך קען נישט אראפ נעמען מיינע אויגן פון דעם פאום, איך קיק עס איבער און איבער און כקען נישט אויפהערען, עפעס אויסטעריש קינצלעך, קריעטעוו, און ווארעם, און ס'האט אויך א געוואלדיגע מעסעדזש וואס איך פערזענלעך האלט אז ס'איז זייער וויכטיג און געט זייער א סאך צו.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
בס"ד
שקויעך אויך פאר'ן ברענגען. עניני דיומא, גאולת מצרים, שובבים, געוואלדיג.
שקויעך אויך פאר'ן ברענגען. עניני דיומא, גאולת מצרים, שובבים, געוואלדיג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
ייש"כ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון