פאעזיע: דער וידוי פון אייניקל!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

פאעזיע: דער וידוי פון אייניקל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

זיידי!
לעבעדיג שטייסטו דא פאר מיר
איך ציפ זיך, בין איך וואך אדער כ'חלום?
מיט אנגסט שריי איך: וויפיל איז דער שיעור?
זיידי: געב מיר כאטש שלום!
אין קול ואין עונה!
 
טרערן גיסן פון מיינע אויגן,
איך בין זיך נישט מוחל
איך וואלט צו די לבנה צו דיר געפלויגן
כ'פרעג וואו איז געווען מיין שכל?
 
לאנגע יארן / ס'שפירט ווי היינט
איבערגעלאזט מיך א יתום,
כ'האב דערויף נישט געאנט
פארבליבן ביזטו כספר חתום
 
יא, דער אידל דארט אין עק עק-שול
אנגעהאנגן אויפן מויל א שלאס
מיט די אויגן געווינקען, נישט צופיל
ביז די 100 נישט גערעדט קיין אות
 
זאגזשע זיידי, ווער האט דיר די כוחות געגעבן?
וויאזוי האסטו אזוי אויסגעפאפט די גאנצע וועלט?
שטום ווי א פיש, מיט'ן קאפ דעם קאלטן
אפגעלאכט פון כבוד און געלט
ביז 100 יאר געשפילט באהאלטן
און אזוי פארענדיגט דיין הייליג לעבן
 
וויאזוי האסטו עס געמאכט? זיידי!
געשפילט בטלן / אבער פיקח עצום
א פשוט איד'ל / אבער א טהור וקדוש
געמיינט מ'קען דיך / אבער נעלם וסתום
געשפילט עם הארץ / א גאון בתורה מלא וגדוש
הארט ווי א שטיין / א הארץ אבער פון פוטער
א כאראקטער כפול שמונה
 
ווינציג האבן דיך פארשטאנען
ס'גאנץ לעבן א סוד
אז ס'איז היינט פארהאנען
מלאך בצורת אנוש, לעבט פאר גאט
 
עקסערסייז שווערע,
מיט די נשמה,
רוחניות'דיגע נעהרע
געפירט מיט'ן גוף א מלחמה,
 
געלערנט ס'גאנצע נאכט
אין זיין צימער פארשלאסן
קיין נפש נישט נעמען אין אכט
ס'הארץ פאר'ן רבוש"ע אויסגעגאסן
 
א לעבן פון צרות געפלאכטן
קיינער זאל נישט וויסן
מיט אצילות דקדושה געלאכטן
פונדרויסן אפגעריסן אפגעשליסן

אלץ קינד א יתום געבליבן
מיטן וואנדער שטעקן
פון שטוב פארטריבן
קיין האניג לעקן
 
ביי די ביטערע מלחמה
אלעס פארלוירן
געבליבן ריין מיט די נשמה
ס'אמונה נישט אנגעוואוירן
 
קיין אמעריקע געקליבן
אן אמעריקאנער נישט קאנווארטירט
א פשוט אידל פארליבן
פון דערפל זיך קווארטירט
 
ביז 100 יאר אן וואקאציעס
קיין קאנטרי אדער שאבאטאן
קיין פאליטיק, קיין נייעס
א לעבן 0 (זיראו) פאן!
 
עיני ראו ולא זר,
איך האב עס געזען
צוגעקוקט ווי חמור,
ראיתי ולא לקחתי מוסר
 
ס'שלאגט מיין געוויסן
כ'רייס די האר פון קאפ
נישט געלערנט א לעסאן
נישט קונה געווען קיין טראפ
 
פארשטאנד מיינער, וואו ביסטו געווען?
האסט דאך געהאט לעבן דיר א לעבעדיגן "חפץ חיים"
שכל מיינער, פארוואס האסטו נישט געזען?
אז מ'קען דא שעפן יראת שמים?
 
זיידי מיינער, היינט בין איך קלוגער
כ'בין צום שכל געקומען
כ'בין היינט א היגער
אבער יעצט ביזטו אנטרינען!
 
כ'קלאפ זיך יעצט על חטא
ס'מיך גערופן לערנען מערערע מאל
נישט יעצט, כ'האב קיין צייט!
הלואי, יעצט ווען איך כ'קען באצאל!
 
כ'באנעץ דעם קישן
מיט זוידיגע טרערן,
כ'וויל די פוס דיינע קושן,
כ'וועל שוין אלץ פאלגן גערן
 
עס וועט מיר בלייבן לעולם א תמיהה
בין איך גליקליך אדער פארקערט?
ווען דו האסט געלעבט, האב איך נישט געקערט!
זייענדיג דיין אייניקל איז מיר פארט א זכיה.
זעענדיג א איד מער צורה ווי חומר
מיין געוויסן טוט בייסן
מ'וועט דאך מיר דערפאר שמייסן
אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר!
 
זיידי, כ'בין זיך מתודה
וועסט מיר גלייבן אוודאי
הלואי כ'קען דיר כאטש אנקוקן
דיין האנט איינמאל דרוקן
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

יוש איז דאס געוועהן א זיידע!


איך ווייס נאר נישט ווער
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אנגעהויבען מיטען רעכטען פוס
געשילדערט זכרונות זיס
ממש ווי מיט א מצלמה דעם בילד
צוריק ברענגען עס ווילט
שרייב נאך א באנטש
מיט אזא געשמאקען קראנטש.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

הפלא ולפלא, מורא'דיג שיין.

יהא בואך לברכה. און אויב האסטו אנאנדער ניק דא, בלייב שוין מיט די מצלממה... ס'האט אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

WOW!!! הערליך שיין צולייגט!

שלום עליכם הרב מצלמה, האסט געמאכט א פיינע התחלה.

יישר כוחכם, מיר ווארטן אויף נאך...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך שיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”