דער בדחן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #36)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג יאנואר 30, 2015 7:54 am

פאעזיע
15
19%
אדער גראמען
3
4%
1)קריעטיוו
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
2
2%
3)
3
4%
4)
3
4%
5)
13
16%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
5
6%
2)
1
1%
3)
7
9%
4)
2
2%
5)
6
7%
1)אווער אל רעיטינג
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
1
1%
3)
6
7%
4)
5
6%
5)
9
11%
 
סך הכל שטימען: 81

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

דער בדחן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #36)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



איך קוק אין שפיגל און קוק צוריק צו זיך
איינער קוקט צום צווייטן מיט א פראגע
וואס זעהן זיי?
כ'קוק נענטער, שטערקער
טיפער


כ'פראביר צו שמייכל'ן און יענער שמייכלט צוריק
איך ווייס אבער דעם אמת
כ'זעה דעם הוילקייט
די גלאנצלאזע אויגן
איז דאס נישט שרייענד?

בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס שפירט?
וואס זעהט אונטער דער מאסקע?
צי זעהען זיי אן אנדערע בילד?
אדער כאפן זיי נישט.
פארוואס נישט?

זיי באגעגענען מיך יעדן טאג
זאג'זשע עפעס א גוט ווארט
האלט אונז אונטער
מאך פריילעך
אמער ביזט דא דער מומחה

איך קוק אין שפיגל און קוק צוריק צו זיך
איך בעט זיך ביים מומחה אין שפיגל
א גוט ווארט. האלט אונטער
מאך פריילעך
ביזט דאך דער מומחה

כ'זאג מומחה אלס קאמפלימענט
עס הערט זיך ענדערש ווי א שפאט
די גלאנצלאזע אויגן שפעטן, פאדערען
מאך פריילעך
מומחה!

מומחה – כ'לאך פון זיך אליין
אבער דער לאכעריי ווערט פארוואנדעלט אין געוויין
א טרער'לאזע געוויין
אמער כ'טאר נישט האבן רויטע אויגן
כ'בין דאך דער מומחה!

א מומחה צו מאכן פריילעך
כ'דערשטיק מיין געוויין
מיין מאסקע ציה איך צוריק ארויף
כ'בין ווידער דער מומחה
דער לוסטיגע בדחן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

געדאנק מורא'דיג.
אמת, ביזן סוף.
שטעכדיג, ביזן פינטל.
גראם? גראמט נישט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז א ציפעדיגע ארטיקל!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

יעפ, דער שפיגל איז דער גרעסטע מבין
ווען דו קוקסט אריין אין איר
ווער נישט פארבלאזען ווי הייווען
נאר זעה דיין אמת'ע דיר.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

איז מומחה דער שרייבער...?

א טיפע אמת'ע נקודה!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אהה דאס פאדערט שוין! אזוי שיין אראפגעשריבן (פאעזיע? עפעס א סטייל איך קען נישט דערגיין)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

נישט האט געשריבן:כ'בין ווידער דער מומחה
דער לוסטיגע בדחן.


מנשה ??
אמת'ע פוינט
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שיין!
ענדע צדיק! האט געשריבן: (פאעזיע? עפעס א סטייל איך קען נישט דערגיין)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אוי ס'שניידט! שטארק געזאגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אהה דאס פאדערט שוין! אזוי שיין אראפגעשריבן (פאעזיע? עפעס א סטייל איך קען נישט דערגיין)


דאס איז דאס קלאסישע פאעזיע! לדעתי איז דאס דער געווינער - ריינע געפילען אויסגעגאסען אויף פאפיר. ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מ'זעט אז דו ביזט א בדחן..
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בדחנים זענען דא פארהאנען עטליכע, מבינים אויף פאעזיע ווייזט אויס נישט אזויפיהל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

גוט צוגאסן אזש אריינגערינען טיף, אריין אריין נאך און נאך
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

גוטע נקודה!
נישט אלע וואס גלאנצען פון אינדרויסען גלאנצען אינעווייניג!
אבער דאך צי דיר ארויף א מאסקע !
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אנעים זמירות האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אהה דאס פאדערט שוין! אזוי שיין אראפגעשריבן (פאעזיע? עפעס א סטייל איך קען נישט דערגיין)


דאס איז דאס קלאסישע פאעזיע! לדעתי איז דאס דער געווינער - ריינע געפילען אויסגעגאסען אויף פאפיר. ייש"כ.

ווען ס'ארטיקל מיינע וואלט געווען
געשריבן וואלט איך אזוי, אקוראט גענוי
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

green האט געשריבן:גוט צוגאסן אזש אריינגערינען טיף, אריין אריין נאך און נאך
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”