מזל טוב! א מיליאן תגובות! (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #32)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג יאנואר 30, 2015 4:30 pm

פאעזיע
14
12%
אדער גראמען
15
12%
1)קריעטיוו
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
2
2%
3)
3
2%
4)
4
3%
5)
22
18%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
4
3%
4)
4
3%
5)
23
19%
1)אווער אל רעיטינג
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
1
1%
3)
4
3%
4)
6
5%
5)
19
16%
 
סך הכל שטימען: 121

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

מזל טוב! א מיליאן תגובות! (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #32)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



אין אזא פרייליכע צייט
ווען דערגרייכט כמעט
מיליאן תגובות אקוראט
לאמיר זעען במעט
די שמחה וואס איז פשט



וויפיל כ'טוה קלערן
די שמחה טוט זיך מערן
ביז צו אמת'ע טרערן
פארוואס לאמיר הערן
דערגרייכט די ספערן



אונזער וועלט
ווערד די געלט
אוועקגעשטעלט
א שיין געצעלט
יעדער קוועלט


פאר ארעם רייך
פארמאגט אסאך
הערליכע שפראך
יעדער אויפן וואך
אז סחורה מ'מאכט


אן אויסנאם ארט
די געשריבן ווארט
פון בעסטן סארט
וואס יעדער דארט
די שפיץ פון טארט


אלע אויפאמאל
היינט און אמאל
נייעס פון איבעראל
אנאליזן אן א צאל
ברייט און שמאל


וואס עס געשעהט
לענדער און שטעט
פון פאריז ביז קאוועיט
ווערט דא פארטרעט
מיט גוטע קוואליטעט


מיט א חיות
אידישע נייעס
סברים וראיות
קוים כ'פארשטיי עס
די השקפות ודעות


קרעטשמע ס'פלוסט
ארטיקלען מען גיסט
אויף וויינען מ'הוסט
אויפן שמייכל מ'גלוסט
אנגענעם מ'שמועסט


חינוך פארשטאנד
ווען די מיטל "וואנט"
און ווען א ליבע האנט
די יסודות קראנט
אינאיינעם מ'שפאנט



יעוץ והדרכה
אן אמת'ן ברכה
איין משפחה
הילף בהרווחה
איין המשכה

לזכר ולאות
צייטן זכור ימות
אידן בדורי דורות
קאפיטלען זכרונות
היסטאריע בשנות...


העלפן בחסדים
וזוכר חסדי אדם
נאדל אדער פאדעם
מען קעניש אנדעם
ווי לופט צום אטעם


אוצרות א באנק
שירה און געזאנג
פון הימל געשאנק
נשמה געטראנק
לויטער געדאנק


אסאך מיר פארמאגן
מער וויפיל מ'קען זאגן
פולע אשכולות טראגן
מיוזיק צו פארטראגן
צו לייענען אהן יאגן



פארשריט און ווינדער
טעכנעלאגיע באזינדער
פון אלעם געשווינדער
גראד דא קימט אהער
פארשטיין נישט שווער


וויסנשאפט שטיצן
נוקלעארע שפיצן
סייענטיפישע קריצן
אין אינזערע גרעניצן
עס טוען באזיצן



וועטער צו אויסהערן
וואס וועט נאך ווערן
אויב רעגן פארמערן
צו קעלט אויפהערן
אלעס דא מ'טוט שעיר'ן



אויטאס און ארום
ווען פארן אומעטום
נישט זיין שטום
זעען וואס קימט
און אלעס שטומט



מרביצי תורה
דעבאטירן מסורה
פארשפרייטן אן מורא
אוצרות פון עבודה
די מיינונג פון בורא


עסקנים ואישי הציבור
מאכן, טוהן, מ'מימער
פארמאגן אויך א צימער
אויפצוטון ווען אימער
ווינטער און זוממער




חסידות און ספרים
הערליכע מאמרים
צאמפלעכטן קשרים
גאלדענע כתרים
רמב"ם ביז חידושי הרים



שמייכלען און לאכן
א ברכה צו מאכן
ווערטלעך אויסקראכן
שפאסיגע זאכן
נישט צו אוועקמאכן



בחצרות הרבנים
זעען דעם פנים
תלמידים כבנים
גבאים און סדרנים
הייסע עקשנים



פאליטיק און אלגעמיין
נישט לאזן דורכגיין
פינקטלעך פארשטיין
סטראטעגיע באגיין
ווער וועט עס זיין?


א שילד מיט פארדאכט
די אשכול פארמאכט
גארנישט פארבראכט
האלטן די מאכט
פון אייוועלט'ס פראכט



א רינגל אין קייט
די מי מנוחות גייט
פארגאפט מ'שטייט
מלעזט און פארשטייט
ביים לעזן פליעט די צייט


אויסגעהאלטן נעסט
פאר ערליכע געסט
צו געבן אן אינוועסט
און מאכן א רעסט
לייענען די בעסט


דא צום אויספיר
אט עפנט זיך די טיר
צום פאעזיע שיר
וואס אויף איהר
געווארט האבן מיר


טאלאנט צייגן
קונסט לייגן
די געפיל נייגן
די פעדער בייגן
ווייזן דאס אייגן


פאסיג מיר וועלן
הכרת הטוב צעלן
גוט אוועקשטעלן
די מנהלים איינמאל קוועלן
פון וואס מיר טוען געפעלן


גוטע בשורות הערן מ'וועל
צוויי מיליאן תגובות עז וועל
און הערן בקרוב דעם בעלל
אז משיח איז ביים שוועל
אמן ואמן ענטפערט שנעל
לעצט פארראכטן דורך נישט אום דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געדענק איך נישט דאס האבען געליינט אינעם ביכל, אבער ס'פיינע נייעס, אייוועלט חזק ואמץ!
אלץ ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ ווייזער »

גערעכט טאקע נישט געווען אינעם ביכל
באמערקט פשוט ווייל א גוטע זאך געדענקט מען גוט און איך האב עס נישט געדענקט
זייער גוט שיין פאסיג און גאר גאר וואנדערבאר
[איך מיין איך ווייס ווער די ביסט.. געזען ווערסהאט א מיליאן…]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאקע זיך געווינדערט ווי כ'האב עס פארזעהן!

דבר בעתו ובעטו! שיין אראפגעלייגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זיסער פון זיס. זייער סמאאט און געשמאק געפארן, ווארעם אויפן הארץ.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

קנאקעדיגע גראמען! זייער שיין און געשמאק! נישט אויסגעלאזט קיין איין דעטאל.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

זייער שיין געשריבן
איך מיין אז דער גאנצע פארמעסט האט זיך געלוינט פאר דעם שטיקל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

Wow! דיס איז אוטסטענדינג! הערליך! קריעטיו!



סביב? אדער אפשר ענדע? דשאסט געסינג..
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בומפס! דאס איז א גוטס! פיין הנאה געהאט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אוטסטענדינג איידיע!

מייסטערהאפטיק אראפגעלייגט!
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

ברוכים תהיה
טאקע א פליאה

א פאעזיע ארויסגעוואקסן
אבער, ס'שטייגט איבער אלא קלימאקסן

נאבעל
על מי מנוחות ינהלנו
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

שיהאאאא.... איז דאס גוט!!!! נאדיר א גרינע. אנבעליוועבל גוט! שיגע צו ווערן.
מיט אזעלכע פאעזיעס איז נישט קיין וואונדער אז מיר גאלאפירן צו דעם מ-י-ל-י-א-ן מארק.
סאיז ניכר די גרויסע כוחות אריינגעלייגט און מיר דאנקען דיר דערויף.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

זייער שיין א הערליך שטיקל!
לעצט פארראכטן דורך שלום אויש אום דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW, אייזענע געדאנק און אזא פאסיגע משל! און גוט אראפגעלייגט. און דאס נאך אלעס אריינגעשטיפט טאלאנטפול אין גראמען. יישר כח.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איין ווארט,

אייזן!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

זייער זייער שיין/גוט,
לחרות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחרות »

צווייפעל האט געשריבן:איין ווארט,

אייזן!
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:טאקע זיך געווינדערט ווי כ'האב עס פארזעהן!

דבר בעתו ובעטו! שיין אראפגעלייגט.

נישט פארזעהן, אינעם סעלעקציע איז עס נישט געווען ווייסעך נישט ווי דער איז ארויסגעוואקסן.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שיין, אבער וואלט געוועהן לכה"פ אזוי שיין ווען עס איז האלב אזוי לאנג. ייש"כ
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דאס איז גאר גוט!!!
נישט אויסגעלאזט קיין דיטעיל!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

פיינע פאעזיע
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

שלום אויש האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:טאקע זיך געווינדערט ווי כ'האב עס פארזעהן!

דבר בעתו ובעטו! שיין אראפגעלייגט.

נישט פארזעהן, אינעם סעלעקציע איז עס נישט געווען ווייסעך נישט ווי דער איז ארויסגעוואקסן.


יעצט ווייסטו שוין?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א פאעזיע מיט צען פופצן תגובות אבער צווייט העכסטע אויף די וואלן איז הויפטזעכליך א מאסן אימעגראציע פון ניקס לכבוד די מאורע.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

צען? פיפצן? צייל איבער! אנעים זאג מיר נישט אז להודיע איז דיין צווייטע ניק...דזשאסט קידינג
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

אנעים העצט אן זיינע חברים, אויש שרעק זיך נישט די ביסט נעקסט צום געווינער.

25'סטע תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”