טראפן וואסער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #21)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג יאנואר 30, 2015 8:47 am

פאעזיע
27
23%
אדער גראמען
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
1)קריעטיוו
1
1%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
4
3%
4)
3
3%
5)
22
18%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
2
2%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
5
4%
4)
8
7%
5)
16
13%
1)אווער אל רעיטינג
1
1%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
2
2%
4)
8
7%
5)
20
17%
 
סך הכל שטימען: 119

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

טראפן וואסער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #21)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



ווען מיין לעבן,
בריהט ווי פייער.
און ווען דאס ערד,
גליהט ווי פלאם.
צוגיי איך, פיינליך, איין.
אינטערן היץ.
אינטערן דריק.

שלינג איך טרערן.
אין זיך. נאר אין זיך.
ווען דאס גאנצע זיך,
צוגייט, קלענער, קלענער.

שלינג איך טרערן.
ווי עס שלינגט א צארטע ליכטל,
וואס ברענט אט אויס,
אינטערן רויטן פייער.

איך וויין. איך יאמער.
אין זיך. נאר אין זיך.
ווען דאס גאנצע איך
ווערט אלץ ווייניגער, ווייניגער.

וויין איך, און יאמער.
ווי עס וויינט א בריענדע קעסל.
וואס דעמפט אט אויס,
איבערן רויטן פלאם.

בריהט, און גליהט,
דער מערדערישע פייער.
שלינגען צינגען,
לעבעדיגע גלידער.

איך שריי, איך וויין,
שטילער. שטילער.
איך צוגיי. צוגיי.
קלענער. קלענער.

קומען וועט נאך די טאג,
איך שפיר עס אט, אט.
ווען דאס ליכטל וועט שוין נישט שלינגען,
אירע הייסע טרערן.

ווען דאס געיאמער פונעם קעסל,
וועט זיך מער נישט הערן.
ווען אלץ וועט זיין שטיל.
ווי פארע. ווי רויך.
ווען דאס לעצט פארבליבן טראפל,
איבערן רויטן פייער,
וועט ווערן אויס.
---
אינגאנצען אויס...



* * *

אוי, קינד מיינס.
טייער'קע.
איך זעה. איך ווייס.
אויך איך שפיר
דעם פייער.
אויך מיר
איז בריענד הייס.

קוק נאר, זעה.
מיינע צוויי טרערן.
צוויי אקאנען.
פאלן, פאלן.
פון מיינע אויגן,
אריין אין דיינע.

פאטערליכע טרערן,
קאכט נישט אויס,
קיינמאל.
עס פילט און קילט.
און פארשטילט,
אויך גליענדע פלאמען.

איז נעם'זשע מיינע טרערן.
היט עס, האלט עס,
טייער.
ווייל אקארט דאס,
טו איך,
קינד מיינס,
מיט דיינס...
לעצט פארראכטן דורך נישט אום דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 5:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

זייער שיין
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עס גיסט זיך מיר טרערן! איך פיהל ווייטאג! אויסטערליש אויסטערליש! דאס האט מיר אריינגעווארפן אין א מצב! כווייס אפילו נישט וואו..

פאעזיע עט איז!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

טיף און גוט.

די ערשטע האלב, די משל, וואסער וואס קאכט אין טאפ, איז פייוו סטאר! שלימות.

דער נמשל, א טאטעס טרערן, איז אויך גוט, אבער עפעס א משהו האט מיר געקראצט ביים אויספיר.

נ.ב. די קעפל וואלט געדארפט זיין 'קאכעדיגע וואסער'.
לעצט פארראכטן דורך צווייפעל אום מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אדערווייל אויף מיין טאפ פייוו ליסטע, שטורעמט אויף עמאושענס,אויף א קונצליכען אופן.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

א שטיק הארץ!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח צווייפעל פארן מסביר'ן, כ'האב נישט געכאפט גלייך וואס ער וויל אויס'משל'ען.

ס'איז גאר טיף, און פול פול מיט געפיל!
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אוי האסטו געמאכט די דשאב מיט מיר.

אריין טיף טיף אין הארץ, גערירט אלע סטרונעס
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ידיד האט געשריבן:יישר כח צווייפעל פארן מסביר'ן, כ'האב נישט געכאפט גלייך וואס ער וויל אויס'משל'ען.

ס'איז גאר טיף, און פול פול מיט געפיל!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעדע ווארט איז איבריג!! רעדט פאר זיך! געווארט געווארט, דערווארט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קאכעדיגע טרערן וואלט איך געזאגט. פיינע הייסע ווארע דאס! הייס פאעזיע
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זייער שיין און געפיהליש. שילדערט גאר לעבעדיג די יסורי הנפש, מיט געשמאקע סימיליס.

ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א הערליך שטיקל. כבין טיף גערירט און באגייסטערט.

דער אויספיר איז מוראדיג מוראדיג.

איז נעם'זשע מיינע טרערן.
היט עס, האלט עס,
טייער.
ווייל אקארט דאס,
טו איך,
קינד מיינס,
מיט דיינס...
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

ידיד האט געשריבן:יישר כח צווייפעל פארן מסביר'ן, כ'האב נישט געכאפט גלייך וואס ער וויל אויס'משל'ען.

ס'איז גאר טיף, און פול פול מיט געפיל!
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

די אויספיר האט מיר באמת געמאכט אויפשפרינגען,
דאס איז גאר א שטארקע זאך און פאעזיע, צו געבן א שיס ארויס צום סוף די גאנצע עמאושען.
לעצט פארראכטן דורך באלזאם אום מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גאר שטארק, פון די סאמע בעסטע וואס איך האב דערווייל געליינט. גייען מיר רעיטן הויך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טראפן וואסער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #21)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Wow wow
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”