העכערקייט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #20)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג יאנואר 30, 2015 8:43 pm

פאעזיע
25
23%
אדער גראמען
3
3%
1)קריעטיוו
1
1%
2)
4
4%
3)
2
2%
4)
9
8%
5)
10
9%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
1
1%
2)
2
2%
3)
1
1%
4)
9
8%
5)
14
13%
1)אווער אל רעיטינג
1
1%
2)
4
4%
3)
1
1%
4)
9
8%
5)
11
10%
 
סך הכל שטימען: 107

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

העכערקייט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #20)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



עס שיינט, עס לייכט,
דער גאנצער ארום.

אלעס גלאנצט,
אלעס שפיגלט,
אלעס זויבער,
ריין און ציכטיג.

נישט קיין טומל,
נישט קיין געפילדער,
דער גאנצער יקום,
שטיין געבליבן.

רואיג שטיל,
דאס הארץ איז פיל,
מיט ריינע געפיל,
נאר זינגען זי וויל.

קיין טרויער,
קיין זארג,
קיין מורא,
איז שורה.

געטרייסט די זעהל,
דערקוויקט די נשמה,
ריין די געוויסן,
א רואיגן גייסט.

א העכערקייט,
א הייליגקייט,
א לויטערקייט,
ארומגענומען.

אוי א שרעק,
עס גייט שוין אוועק,
הלואי איז מעגליך,
מיט שטריק און נעגליך,
מ'זאל צובינדען,
עס זאל נישט ווערן פארשווינדען,
די זמנים די הויכע,
אוי ווען איז מען שוין זוכה.
לעצט פארראכטן דורך נישט אום זונטאג יאנואר 25, 2015 9:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

באריאועגט דעם מידען גייסט, געט א שטופ אנצוגיין.
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

פאעטיש גייסטרייך.

עס מאלט גאר גוט אראפ די דערהויבענע געפילן.

סהאט מיר היבש אינטערגעהויבן פונעם חומר.

שכח.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ה-ע-כ-ע-ר-ק-י-י-ט איז די ווארט אן קיין ממשות, אן קיין גשם, פשוט לעכטיג און זויבער
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

א העכערקייט,
א הייליגקייט,
א לויטערקייט,

דאס איז דער געפיל וואס מען שפירט בשעת'ן ליינען.

שיין און רייך געשריבן.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

אסותא האט געשריבן:פאעטיש גייסטרייך.

עס מאלט גאר גוט אראפ די דערהויבענע געפילן.

סהאט מיר היבש אינטערגעהויבן פונעם חומר.

שכח.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אויסנאם שיין!!!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

מיך געטראגן גאר הויך

זאג נאר דו, יא דו, ניין נישט דו, דו, דו קענסט מיר אראפברענגן?


זייער גוט געשריבן
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טייער טייער! בארירט א סטרונע. קונצליך פארפאקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

זייער שיין.
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

טאמער האב איך גוט פארשטאנען רעדט דער פייטן פון יעדע שבת ויו"ט, איא? איך פרעג ווייל די שורה וועגען דער גאנצע יקום האט עפעס געקלינגען פון מתן תורה, אבער עס שטימט נישט אזוי מיט דער רעשטע. שטארק ארויסגעברענגט די געפילען און אפגעטייטשט דעם וי אבדה נפש.

ייש"כ.



(אגב, איך קלער אז דער סאמע לעצטע שורה קומט נישט אריין.)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

זייער זייער שיין!

יישר כוח
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:טאמער האב איך גוט פארשטאנען רעדט דער פייטן פון יעדע שבת ויו"ט, איא? איך פרעג ווייל די שורה וועגען דער גאנצע יקום האט עפעס געקלינגען פון מתן תורה, אבער עס שטימט נישט אזוי מיט דער רעשטע. שטארק ארויסגעברענגט די געפילען און אפגעטייטשט דעם וי אבדה נפש.

ייש"כ.



(אגב, איך קלער אז דער סאמע לעצטע שורה קומט נישט אריין.)

די לעצטע שורה מיינט מן הסתם דעם יום שכלו שבת.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אלץ ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ ווייזער »

גוט שיין און פאסיג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטארק הנאה געהאט

וזאת למודעי אז איך האלט אינמיטן ווייס מאכן איבער 300 אשכולות וואס האבן זיך מיר אנגעזאמלט די לעצטע וואך-צוויי, איז מיר אביסל שווער צו קאמענטירן אויף יעדע פאעזיע כפי הראוי, אבער מיין שטומע געב איך אפ ביי איטליכע לויט ווי איך שפיר אז עס קומט יענעם. א דאנק 'נישט' פארן פארמעסט, און אלע אנטיילנעמער פארן צוהעלפן. א שאד איך בין נישט געווען גענוג פלייסיג צו שרייבן עפעס אייגענס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”