די הערליכע באצויבערנדע רעזולטאטן פונעם אייוועלט פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה. אן אויסגאבע וואס שטעלט פאר וואס אייוועלט איז, אנגעפילט מיט די מייסטערווערק פון אונזערע שרייבער, הערליכע תוכנ'פולע פאעזיע'ס פון וואס איר וועט בעז"ה שטארק הנאה האבן.
אין די צייט, וויל איך אפגעבן א דאנק, פאר'ן מייסטער גראמער פון אייוועלט, המשמח אלוקים ואנשים, ה"ה 'א גראם מיט טעם' הי"ו, וואס ער איז געווען דער מתחיל במצוה, און מיר צוגערעדט, זיך עס אינטערצונעמען, וואו אויך איז ער געשטאנען צוהילף לאורך כל הדרך. זאל דיר השי"ת באצאלן כל משאלות לבך
א באזונדערן דאנק פאר אונזערע טייערע גרעפיקער, וואס מיט זייער מייסטערישע ארבעט, געניאלע איידיעס, האבן זיי ערצייגט, דעם גאר פראכטפולען אויסגאבע, וואו יעדע איינציגסטע פאעזיע, ווערט באשיינט די מאקסימום וואס איז שייך. בראש וראשון אונזער מייסטער גראפיקער ה"ה 'לאדיך ארויס', וואס איז געשטאנען און אנגעפירט דעם גאנצען פראיעקט, מהחל ועד כלה, און אזוי אויך דער גאר געלונגענער גראפיקער ה"ה 'גערעכטער', וואס מיט זיינע געניטע הענט, האט ער אהערגעשטעלט אזא הערליכע שיינע ארבעט. וואו אויך פאר אונזער געטרייער גרעפיקער 'הלשון' וואס בטיב לבב האט ער גאר אסאך צוגעהאלפן צום פראיעקט. זאל זיי השי"ת, באצאלן זיי זאלן אים קענען דינען מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת. וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה.
פארשפרייט דעם מעסעדזש!
פאעזיע פארמעסט, ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/WBvveK
- ביטע זיין אויפמערקזאם -
מיר האבן ספעציעל געעפנט דעם אשכול אלס א באזונדערן אשכול פאר זיך
וואס דאס וועט אנטהאלטן בלויז די ארטווארק פונעם פארמעסט, (אי"ה ביז א טאג צוויי וועלן אלע פאעזיע'ס זיין געפאוסט).
מיר וועלן חוץ מזה עפענען צוויי באזונדערע אשכולות פאר די וואלן און קאמענטארן אויפן פארמעסט. איינס פאר מער גראמען סטייל, און איינס פאר מער פאעזיע סטייל.
(ביטע בלויז מגיב זיין אין די עקסטערע אשכולות, ייש"כ).
(ביזדערווייל מען עפענט אויף די וואלן, ביטע זייט מגיב אינעם ארגינאלן אשכול, ייש"כ)
האט הנאה...

------
התנצלות:
מיר האבן פרובירט, אז יעדע איינציגסטע פאעזיע זאל זיין א מייסטערווערק פאר זיך. וואו אויך האבן מיר פראבירט עס איינצוטיילן, לויט די גראמען און לויט די פאעזיע. אבער כבר אמר נעים זמירות ישראל, 'ושגיאות מי יבין'. על כן, בעהטן מיר פארשטענדעניש, אויף סיי וועלכע טעות. יישר כוח