אייוועלט פאעזיע פארמעסט - רעזולטאטן

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

אייוועלט פאעזיע פארמעסט - רעזולטאטן

תגובהדורך נישט » זונטאג ינואר 18, 2015 10:42 pm

ב"ה אז מיר האלטן שוין ביים יעצטיגן מאמענט ווען מיר טוען ארויסשטעלן פארן חשוב'ן ציבור

די הערליכע באצויבערנדע רעזולטאטן פונעם אייוועלט פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה. אן אויסגאבע וואס שטעלט פאר וואס אייוועלט איז, אנגעפילט מיט די מייסטערווערק פון אונזערע שרייבער, הערליכע תוכנ'פולע פאעזיע'ס פון וואס איר וועט בעז"ה שטארק הנאה האבן.

אין די צייט, וויל איך אפגעבן א דאנק, פאר'ן מייסטער גראמער פון אייוועלט, המשמח אלוקים ואנשים, ה"ה 'א גראם מיט טעם' הי"ו, וואס ער איז געווען דער מתחיל במצוה, און מיר צוגערעדט, זיך עס אינטערצונעמען, וואו אויך איז ער געשטאנען צוהילף לאורך כל הדרך. זאל דיר השי"ת באצאלן כל משאלות לבך

א באזונדערן דאנק פאר אונזערע טייערע גרעפיקער, וואס מיט זייער מייסטערישע ארבעט, געניאלע איידיעס, האבן זיי ערצייגט, דעם גאר פראכטפולען אויסגאבע, וואו יעדע איינציגסטע פאעזיע, ווערט באשיינט די מאקסימום וואס איז שייך. בראש וראשון אונזער מייסטער גראפיקער ה"ה 'לאדיך ארויס', וואס איז געשטאנען און אנגעפירט דעם גאנצען פראיעקט, מהחל ועד כלה, און אזוי אויך דער גאר געלונגענער גראפיקער ה"ה 'גערעכטער', וואס מיט זיינע געניטע הענט, האט ער אהערגעשטעלט אזא הערליכע שיינע ארבעט. וואו אויך פאר אונזער געטרייער גרעפיקער 'הלשון' וואס בטיב לבב האט ער גאר אסאך צוגעהאלפן צום פראיעקט. זאל זיי השי"ת, באצאלן זיי זאלן אים קענען דינען מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת. וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה.


final.pdf
(6.58 MiB) דאונלאודעד 563 מאל



פארשפרייט דעם מעסעדזש!
פאעזיע פארמעסט, ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/WBvveK


- ביטע זיין אויפמערקזאם -
מיר האבן ספעציעל געעפנט דעם אשכול אלס א באזונדערן אשכול פאר זיך
וואס דאס וועט אנטהאלטן בלויז די ארטווארק פונעם פארמעסט, (אי"ה ביז א טאג צוויי וועלן אלע פאעזיע'ס זיין געפאוסט).
מיר וועלן חוץ מזה עפענען צוויי באזונדערע אשכולות פאר די וואלן און קאמענטארן אויפן פארמעסט. איינס פאר מער גראמען סטייל, און איינס פאר מער פאעזיע סטייל.
(ביטע בלויז מגיב זיין אין די עקסטערע אשכולות, ייש"כ).
(ביזדערווייל מען עפענט אויף די וואלן, ביטע זייט מגיב אינעם ארגינאלן אשכול, ייש"כ)

האט הנאה...


------
התנצלות:
מיר האבן פרובירט, אז יעדע איינציגסטע פאעזיע זאל זיין א מייסטערווערק פאר זיך. וואו אויך האבן מיר פראבירט עס איינצוטיילן, לויט די גראמען און לויט די פאעזיע. אבער כבר אמר נעים זמירות ישראל, 'ושגיאות מי יבין'. על כן, בעהטן מיר פארשטענדעניש, אויף סיי וועלכע טעות. יישר כוח

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

אפדעיט

תגובהדורך נישט » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:55 am

אין ליכט וואס דו פארמעסט איז געוואקסן למעלה מן המשוער, און די צאל פון שטיקלעך וואס דער ציבור האט אריינגעשיקט איז מער ווי מען האט זיך געראכטן, און עס איז זייער שווער – ווי אסאך האבן ערווענט – אויסצווועהלן די ריכטיגע געווינער, האבן מיר געטוישט דעם פלאן.

מען וועט ארויפשטעלן די פאעזיעס אין עקסטערע אשכולות, וואו מען וועט קענען אפגעבן די שטימע. דערנאך וועלן מיר צוזאמשטעלן אן אשכול כללי וואו מען וועט ארויפלייגן די אלע פאזיעס צוזאמען.

אזוי ווי אין יעדע ארטווארק ליגט מעלות פון פארשידענע אספעקטן, האבן מיר איינגעטיילט די וואוטן אויף אזא סדר:

1) איז עס א "פאעזיע אדער גראם".

2) קריעטיוו, פון 1 ביז 5

3) פליסיגקייט פון פאעזיע/גראם, פון 1 ביז 5

4) אווער אלל רעיטינג, פון 1 ביז 5

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 12:28 am

"רעלאטיוו" (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #1)

עמו אנכי בצרה (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #2)

מי שם פה (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #3)

וואס האב איך נאר געוואלט? (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #4)

דאס איבערגעבליבן הייפל (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #5)

אסירי הגיוס (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #6)

הספד על הרה"ק מזלאטשוב זצ"ל (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #7)

ר' יעקל דער האלץ סוחר (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #8)

דער אניפאלער דאקטער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #9)

כ'בענק (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #10)

מיין פעקעלע (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #11)

ירידה לצורך עלי' (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #12)

א איד אין גלות (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #13)

יענעמ'ס גראז איז גרינער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #14)

יארן לויפן פארביי (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #15)

ביים הייליגן רבי'ן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #16)

בשבילי נברא העולם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #17)

ווארטן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #18)

ונמצא חן ושכל טוב (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #19)

העכערקייט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #20)

טראפן וואסער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #21)

א מצוה! (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #22)

קינדערלעך זיסע (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #23)

זה ספר תולדות אדם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #24)

דורות (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #25)

אנכי - ווער בין איך (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #26)

ווערטער (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #27)

דיימאנטעלעך מארשירן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #28)

א שיין פון לעכטיגקייט... (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #29)

ספרים אין ביבליאטעק (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #30)

למה זה עזבתם את האיש? (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #31)

מזל טוב! א מיליאן תגובות! (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #32)

אינטערנעט - גדרים (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #33)

ביים שפיטאל בעט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #34)

דער בדחן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #36)

שובבי"ם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #35)

גריס מיך מיין קינד (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #37)

וואס גייט מיר אן? (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #38)

א בילד רעדט מער... (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #39)

אויגעלעך (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #40)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 8:42 am

לדעתי, די מפתח קומט אין א באזונדערע אשכול צוגעקלעבט אויבן און יעדע נאכט זאל מען אפדעיטן מיט די פארמעסטן פון יענע טאג


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט