מ-א-מ-ע-!!!!!!!

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

מ-א-מ-ע-!!!!!!!

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 9:56 am

בס''ד


היינט נאכט פאלט אויס די יארצייט פונעם מאמע פון כלל ישראל, רחל אמנו, די שורות זענען געשריבען געווארען לעורר רחמים פאר אחינו בני ישראל בכל מושבותיהם וואס גייען מיט צער ויסורים,ווי הגאון ר' חיים שמאולעוויטש,דער מירער ראש ישיבה זצ''ל האט אמאל געזאגט ביי קבר רחל,טייערע מאמע, דער בורא האט דיר געזאגט מנעי קולך מבכי,אבער איך דיין ליב קינד חיים,בעהט דיר, וויין מאמע וויין, רייס איין פאר דיינע קינדער בני חיי ומזוני מיט פרייליכע הערצער,מ'פארציילט אויף איינע פון די לעלוב'ע רבי'ס זצוק''ל אז ער איז אמאל געווען ביי קבר רחל , און געזען א ספרד'שע איד פראוועט א סעודה דארט,האט זיך דער רבי אנגערופען אז עס פאסט נישט,האט דער איד געענטפערט,א מאמע האט ליב צו זעהן ווי אירע קינדערליך עסען,דער רבי האט שטארק הנאה געהאט פונעם תירוץ,דערפאר טייערע מאמע,אלס א מאמע ווילסטו דאך זעהן דיינען קינדער צופרידען,מיט אלעם גוטען, קליידער,פרנסה,גוטע קינדער,געזונט,וכו' ממילא בעטען מיר,וויין מאמע וויין.



ניגון : דער טאטע הערט ( דער טויבע ר' סענדער...)
לחן : ר' פינקי וועבער
מילים : א גראם מיט טעם



א) (די שול איז איינגעהילט..... )
ערב שבת גלייך ביים זמן
קומטס מיט מיר אריין
גיין שפאצירען.
עפענען טירען.
פון א אידישען היים
וואס טוט דאן, די מאמע ,די אם


א)
אירע אויגען זי טוט פארהוילען
פאר אירע קינדער אויסצו'פעול'ען
ווי אירע אמהות.
מיט אירע דמעות.
בעט זי פאר איר שטוב
אירע קינדערליך, וועם זי האט אזוי ליב


א)
יעדען קינד האט זיין לעכטעל א באשטימטע
ווי אויך אן עקסטערע תפילה באקומט ער
וואס טוט באגלייטען.
פון איין וואך צום צווייטען.
ווי א באהיטער
די טרערען ,פון א אידישע מוטער


א)
שמע את תחינתי בזכות
מיין איינציגסטע ווילען ס'איז
בנים מאירים.
אן קיין יסורים.
טאטע תזכנו
זעהן נאר נחת ,מכל צאצאינו


ב) (דער טויבע ר' סענדער.... )
אוי רחל,מאמע טייערע
פונקט ווי ביים חורבן די ערשטע גזירה
ביים כל יכול,טו ערשיינען
פאר דיינע קינדער ,זיך אויס צו וויינען


ב)
ווייל אלס א מאמע
ווי קענסטו צוקיקען
אין דעם זוהמא
ווי מ'טוט אונז אינטערדריקען
כלביא,רייס איין מיט גבורה
בנים לגבולם שבו, צוריק אין אונזער דירה



ג) (על דעת המקום ועל דעת....)

אין די גאנצע וועלט, א מהפיכה
אומשטענדען, גאר נישט קיין ווייעכע
נסיונות ,קומען אונטער
בוזשעוועט, ווי א בייזען ווינטער
זיך צו באשיצען האבען מיר נישט די מינדעסטע השגה


ג)
מיט וואס קען א מאמע מאכען גרינגער
פאר אירע שעפעלעך ,ווען עס פלאגט א הונגער
די חובות ,ווי שווערע מסכתות
דעם מוט פינעם מענטש צוברעכט עס
מ'פילט ווי יעדע אפציע, איז פאר עם סגור


ג)
וויפיל בעטען מיט טרערען הייסע
הבה לי בנים ,ואם אין מתה
א בעטעלע קענען וויגען פולערהייט
ווען פון דעם שמייכעלט ארויס א קינד שטילערהייט
מאמע רחל,דיינע אויגען זענען דאך אויך נישט געווען קיין טרוקענע


ג)
און אז מ'האט שוין קינדער צו איז מען דען א בארואיגטע
אזויפיל תפילות אויף אידיש נחת שיקט ער
זיין געזונטע עלטערען פאר קינדער געזונטע
אלעס זאל פארען געשמירט אפילו נאך מ'פירט זיי אונטער
זעהן סייעתא דשמי' ,אויך אין די ימי זקנה


ד) (אוי כל נדרי...)
מאמע,איבער די וועלט גייען דיינע קינדער
פאר דיר א לעכטעלע זיין די צינדער
אבער אויפען אנדערען חלק זענען מיר בכלל נישט מוותר
נאך הדלקת נרות צו זיין תובע
פאר יעדען קינד וואס איז עם נוגע
דו ווייסט יעדען'ס צורך זיין פריוואטע


ד)
בדבר גשמי צו ברוחני
פאר אלע הערצער די צובראכענע
מאמע קוק ווי מיר פאלען ,מדחי אל דחי
דיינע טרערעלעך לאז רינען
און האב אונז אלע אינזינען
אפילו דער בורא זאגט דיר ,מנעי קולך מבכי


ב) (דער טויבע ר' סענדער.... )
אוי רחל,מאמע טייערע
פונקט ווי ביים חורבן די ערשטע גזירה
ביים כל יכול,טו ערשיינען
פאר דיינע קינדער, זיך אויס צו וויינען


ב)
ווייל אלס א מאמע
ווי קענסטו צוקיקען
אין דעם זוהמא
ווי מ'טוט אונז אינטערדריקען
כלביא,רייס איין מיט גבורה
בנים לגבולם שבו, צוריק אין אונזער דירה
לעצט פאראכטן דורך א גראם מיט טעם אום מאנטאג נובעמבער 03, 2014 6:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 10:29 am

גראמי, יישר כוח

מ-י-י-ס-ט-ע-ר ו-ו-ע-ר-ק!!!!!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 10:47 am

נישט האט געשריבן:גראמי, יישר כח

מ-י-י-ס-ט-ע-ר ו-ו-ע-ר-ק!!!!!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:04 am

שיינע רייד. ווארעם און גאנץ קונטסליך. ייש"כ פאר מהנה זיין.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:08 am

הערליך, רירענד, וועקט אויף נשמה סטרינעס, !
מייסטערהאפטיג!

(א קליינע פראגע : איר זענט א לאנדאנער?)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:14 am

נאכאמאל צום באוואונדערן! זייער הארציג און ווארעם
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 1:16 pm

זייער שיין און הארציג. ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 3:05 pm

אוי אוי מאמע טייערער....

גראמי טייערער נישט אויפהערן
מיט דיינע הערליכע ריידן
דיינע ווערטער טוען באגלייטן
און איז זיס אין אלע צייטן

הערליך A1!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 4:20 pm

זייער רירענד און הארציג. א ריזן דאנק

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 4:41 pm

זייער רירענד און הארציג. א ריזן דאנק

דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:20 pm

וויין מער מאמע רחל

תגובהדורך דמתה לתמר » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 5:50 pm

איך האב נישט ליב צו ליינען גראמען, אבער דאס מאל....

וועלען מיר פראבירען אייך אויך צו מהנה זיין, כ'האב געזעהן א טייער ווארט פון ר' שלמה קלוגער זי"ע.

זאגט ער אזוי ווען איינער מאכט יעדע רגע א דאלער וועט ער טאקע ארבייטען פלייסיג כדי פרוטה לפרוטה מצטרפת לחשבון גדול, אבער עס קימט נישט צי צו די פלייס וואס עס ארבעט איינער וואס מאכט יעדע רגע הונדערט דאלער, און אודאי נישט צו איינעם פון טויזענט וקל וחומר נישט צו איינעם וואס מאכט הונדערט טויזענט א רגע, וואס ער יום ולילה לא יניח ולא ישבות, אפי' רגע כממירא וועט ער נישט מבטל זיין, ווייל סאיז דאך א געוואלדיגער שאדן.

נאך א הקדמה אז ווען א מענטש וווינט אביסל קען ער נאך רעדען אבער ווען ער ציכליפערט זיך זייער שטארק קען מען שוין נישט הערען זיין קול ער ווערט דערשטיקט (די טרערן שטיקט אים), און נאך א הקדמה אז ווען מען וויינט שטארק צוגייט די אויגען ווי דער פסוק זאגט כלו בדמעות עיני.

זאגט ר' שלמה קלוגער קול ברמה נשמע, מען הערט א קול און הימל, אפי' רחל מבכה על בניה אפי' זי וויינט אבער וויינט זי נישט אזוי שטארק והא ראיה אז מען הערט א קול, זאגט איר דער בוכ"ע, מנעי קולך מבכי, וויין נאכמער מאמע רחל, שטערקער וויין, ביז עס וועט זיין מנעי קולך מבכי, דיין קול וועט זיך שטיקען פון אזויפיל וויינען, ועיניך און דיינע אויגען וועלען צוגיין מדמעה, פארוואס? כי יש שכר לפעולתך, סאיז דא א גרויסע שכר פאר יעדע ביסל וואס די וויינסט אלזא שטרענג זיך מער אן ודפח"ח

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 6:13 pm

א גראם,
עס איז מעגליך עס אראפזינגען און אפלאודן א אודיאו דערפון?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 6:48 pm

שמן זית האט געשריבן:א גראם,
עס איז מעגליך עס אראפזינגען און אפלאודן א אודיאו דערפון?


ווילסט צאלען פארען סטודיא?
משום חשש גליו קען איך נישט, אבער איך געב רשות פאר אנדערע, בתנאי מ'איז מודיע ווער האט עס געשריבען....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 6:49 pm

הגראם,
א גרויסן דאנק פאר דעם טרערעלע וואס גליטשט זיך.

דמתה.
געוואלדיג ווארט, ווי זאלץ אויפן טרערעלע

___
אגב, אנשטאט נבוזראדן, זינג 'חורבן'
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 6:53 pm

דמתה לתמר האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו ליינען גראמען, אבער דאס מאל....

וועלען מיר פראבירען אייך אויך צו מהנה זיין, כ'האב געזעהן א טייער ווארט פון ר' שלמה קלוגער זי"ע.

זאגט ער אזוי ווען איינער מאכט יעדע רגע א דאלער וועט ער טאקע ארבייטען פלייסיג כדי פרוטה לפרוטה מצטרפת לחשבון גדול, אבער עס קימט נישט צי צו די פלייס וואס עס ארבעט איינער וואס מאכט יעדע רגע הונדערט דאלער, און אודאי נישט צו איינעם פון טויזענט וקל וחומר נישט צו איינעם וואס מאכט הונדערט טויזענט א רגע, וואס ער יום ולילה לא יניח ולא ישבות, אפי' רגע כממירא וועט ער נישט מבטל זיין, ווייל סאיז דאך א געוואלדיגער שאדן.

נאך א הקדמה אז ווען א מענטש וווינט אביסל קען ער נאך רעדען אבער ווען ער ציכליפערט זיך זייער שטארק קען מען שוין נישט הערען זיין קול ער ווערט דערשטיקט (די טרערן שטיקט אים), און נאך א הקדמה אז ווען מען וויינט שטארק צוגייט די אויגען ווי דער פסוק זאגט כלו בדמעות עיני.

זאגט ר' שלמה קלוגער קול ברמה נשמע, מען הערט א קול און הימל, אפי' רחל מבכה על בניה אפי' זי וויינט אבער וויינט זי נישט אזוי שטארק והא ראיה אז מען הערט א קול, זאגט איר דער בוכ"ע, מנעי קולך מבכי, וויין נאכמער מאמע רחל, שטערקער וויין, ביז עס וועט זיין מנעי קולך מבכי, דיין קול וועט זיך שטיקען פון אזויפיל וויינען, ועיניך און דיינע אויגען וועלען צוגיין מדמעה, פארוואס? כי יש שכר לפעולתך, סאיז דא א גרויסע שכר פאר יעדע ביסל וואס די וויינסט אלזא שטרענג זיך מער אן ודפח"ח


דמתה, עס איז מיר א כבוד אז איר באשיינט דעם אשכול מיט אייער תוכן'פולע תגובה
שוועמעל, גערעכט, גיימירעס טוישען, עס איז קאמענטס ווי די וואס מאכען מיין כתיבה בעסער, א דאנק.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 8:10 pm

הערשט יעצט געליינט די ווארט פון ר' שלמה קלוגער זייער א שיין ווארט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 2:54 am

אויסטערליש הארציג שיין, 'גראם' מיט דיין אייגנארטיגן חן.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 8:49 am

נו רבותי,שוין געצינדען א לעכטעל?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 8:52 am

איך האב עס געליינט און זייער הנאה געהאט, עס ווערט אויף די סטרינעס פון די הארץ, האב איך עס ארויסגעפרינט און געגעבען צו ליינים אין שטיב.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:03 pm

אהערגעברענגט צום יארצייט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט