געפילן צום סיום מסכת עירובין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
געפילן צום סיום מסכת עירובין
אן עמוד נאך אן עמוד, בלאט נאך בלאט און פרק נאך נאך פרק. אט אט דערנענטערן מיר זיך צום לאנג ערווארטעטן טאג.
מסכת עירובין, די מסכת וואס איך האב נישט געקלערט אז איך וועל נאך דורך לערנען אין דעם גלגול. די סוגיות וואס איך האב אלעמאל געהאלטן אז דאס געהערט צו די חבורת עיון פון כולל, די תלמידי חכמים וואס זיצן על התורה רוב טאג.
פארגאנגענעם מאנטאג פ׳ נח האבן מיר בתוך אלפי חברי חבורת יסודי התורה אנגעהויבן ״מבוי שהוא גבוה״, און זיך אריינגעלייגט מיטן גאנצן פלייס, געלערנט יעדן טאג עמוד נאך עמוד ווען מ׳פלאגט זיך צו פארדשטיין סוגיות עמוקות, ווי שווערער אלס געשמאקער. אריינגעלייגט כוחות ארוכות צו לערנען, פארשטיין חזר׳ן און צוזאמענעמען. געלויבט דער נותן התורה אז מיר האבן די זכי׳ געהאט אנצוקומען צום סיום.
ווען מ׳דערמאנט זיך צוריק וויפיל שעות מ׳האט אריינגעלייגט אין יעדע געלעגענהייט. ווי געשמאק איז דאס געווען אויפן רוסישן פליגער קיין ״מירון״ אדער זיצנדיג אין ״לופט פעלד״. אוי די פרייטאג נאכמיטאג סמוך לכניסת השמת אין גרויסן שאטער באתרא קדישא.
נישט גרינג איז געווען זיך צו קענען שטעלן צום פארהערט יעדן פערטן זונטאג, אבער ווען מ׳האלט דא שפירט מען אז אלעס האט זיך געלוינט, מ׳האט א גאנצע מסכת אין די הענט, אבער נישט סתם א מסכת נאר טאקע ״מסכת עירובין״.
כ׳פלעג אסאך מאל טראכטן אז מ׳מאכט סיום אין די 9 טעג צו קענען עסן פלייש, עפעס אזא סארט וועג אויסצושפילן דעם סיסטעם. יעצט אבער פיל איך באמת וואס טייטשט ״שמחה של מצוה״. ווען איך וועל מיך דעם מיטוואך בעז״ה זעצן מיט די משפחה צום סיום, וועט קיינער נישט דארפן געבן צו פארשטיין לשמחה מה זו עושה. אין שמחה כתורה.
דעם אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן ווייטער קענען לערנען, מסכת נאך מסכת, און ווייטער זיך משתשע זיין מיט די הייליגע תורה, און נענטער ווערן צום נותן התורה.

לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
פאר די וואס הייבן אן מסכת פסחים קענען עס דאונלאדען פון http://www.kolhalashon.com/
זיי פארמאגען איבער 13 מגידי שעורים אויף מסכת פסחים
זיי פארמאגען איבער 13 מגידי שעורים אויף מסכת פסחים
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב! וכשם שסיימת מס' עירובין כן תזכה להתחיל מסכתות אחרות ולסיימם!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב! וכשם שסיימת מס' עירובין כן תזכה להתחיל מסכתות אחרות ולסיימם!
מיר פרייען זיך מיט אייער שמחה!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ב''ה, כ'האב אויף מארגען בעז''ה צו ענדיגן די מס' 'עירובין' בס''ד - ס'איז א געוואלדיגע התרגשות ווי אלף בית האט געשריבן, אזווי איך פלעג נישט מאכען קיין סיום אינדעהיים ביי די פריעדיגע מס' מעג איך יעצט מאכען א אויסנאם? אדער ס'וועט ענדערש אויסקוקען ווי כ'האב אויסגעשפילט די שו''ע צו עסן פלייש אין די 9 טעג?
סעטינגס האט געשריבן:ב''ה, כ'האב אויף מארגען בעז''ה צו ענדיגן די מס' 'עירובין' בס''ד - ס'איז א געוואלדיגע התרגשות ווי אלף בית האט געשריבן, אזווי איך פלעג נישט מאכען קיין סיום אינדעהיים ביי די פריעדיגע מס' מעג איך יעצט מאכען א אויסנאם? אדער ס'וועט ענדערש אויסקוקען ווי כ'האב אויסגעשפילט די שו''ע צו עסן פלייש אין די 9 טעג?
דו פרעגסט אויב דו מעגסט? דו דארפסט!
אין שו״ע סוף הל׳ תלמוד תורה (יו״ד סי׳ רמו סעי׳ כו) שרייבט דער רמ״א:
וכשמסיים מסכתא מצוה לשמוח ולעשות סעודה ונקראת סעודת מצוה
מצוה הבאה לידך על תחמיצנה.
און זאלסט אויך מאכן סעודות ביי אלע סיומי מסכתות.
מזל טוב @סעטינגס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
- לחיים טובים ולשלום
- שר חמש מאות
- תגובות: 627
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
- לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
היינט איז א היסטארישע טאג ווען טויזענטער יודן זענען מסיים מסכת עירובין אייינס פין די שווערסטע מסכתת אין ש"ס
אה ווער האט זיך אמאל געקענט אין חלום פארשטעלן אז די מסכת וואס קוים אין ישיבות לערנט מען עס זאלן אזוי פיל בעלי בתים
זוכה זיין צו מסיים זיין אשרינו מה טוב חלקינו
אה ווער האט זיך אמאל געקענט אין חלום פארשטעלן אז די מסכת וואס קוים אין ישיבות לערנט מען עס זאלן אזוי פיל בעלי בתים
זוכה זיין צו מסיים זיין אשרינו מה טוב חלקינו
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קעלנער האט געשריבן:אלף בית האט געשריבן:אין שום חידוש בזה, שאחר שהתחילו בחבורת לומדי ש"ס ע"י קהילת תולדות אהרן או דרשו ללמוד על סדר הש״ס וסדר החזרות והבחינות.
התחילו עוד קהילות קדושות בישראל ללמוד ש״ס על סדר זה.
נעם עס ביטע נישט פערזענליך...
כ׳האב נישט געשריבן אז יסודי התורה איז געווען די ערשטע (מפעל הש״ס - צאנז איז לכאורה געווען די ערשטע). לחיים שרייבט אז ס׳איז אינטערסאנט אז ס׳קומט אויס אז אין די זעלבע צייט וואס יסודי התורה מאכט די סיום אויף מס׳ עירובין קומט אויך אויס די סיום פון קהלת מהרי״י י-ם. האב איך אים געשריבן אז ס׳איז נישט קיין חידוש ווייל יענעם ווינטער תשע״ד ווען יסודי התורה האט אנגעהויבן ש״ס מיט די בחינות האבן נאכדעם אנגעהויבן נאך קהילות, קומט אויס אז מ׳האלט מער ווייניגער אויף די זעלבע פלאץ. (מסתמא סאטמאר מאנסי מהרח״י אויך מסיים זיין עירובין אין די נאנטע טעג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט