פנינים בשיעורי יסודי התורה

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

פנינים בשיעורי יסודי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אשכול מיוחד פאר ווערטליך אדער שיינע דברי אגדה מספרים וסופרים אויף ענינים פון די שיעורי היום. (קרעדיט: מיללער, ביי תורתך שעשועי)


אין דף נז ע"ב זאגט די גמרא, שבת אחד מששים לעולם הבא, שינה אחד מששים למיתה

האב איך געהערט א ווארט - שוין יארן צוריק - פונעם טשאקעווער רב (רבי נפתלי האלבערשטאם) בשם הישמח משה א טעם זיך אראפצולייגן שלאפן ערב שבת נאכמיטאג, ווייל שבת איז מעין עולם הבא, און שינה איז מעין מיתה, און פונקט ווי ווען מ'גייט אריבער צו עוה"ב דארף זיין מיתה, אזוי אויך דארף זיין א מעין מיתה ווען מ'גייט צו מעין עוה"ב.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דף נ"ח ע"א שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה, זאגט מען נאך פון צדיקים פונקט ווי דו קענסט דולדן אז אין פרצופיהן דומין זה לזה, אזוי זאלסטו דולדן אז אין דעתם דומין זה לזה, אפילו יענער האלט אנדערש ווי דיר.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

מי יודע האט געשריבן:דף נ"ח ע"א שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה, זאגט מען נאך פון צדיקים פונקט ווי דו קענסט דולדן אז אין פרצופיהן דומין זה לזה, אזוי זאלסטו דולדן אז אין דעתם דומין זה לזה, אפילו יענער האלט אנדערש ווי דיר.


איז נישט דאס דע פשוטע פשט?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בעל דעת האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דף נ"ח ע"א שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה, זאגט מען נאך פון צדיקים פונקט ווי דו קענסט דולדן אז אין פרצופיהן דומין זה לזה, אזוי זאלסטו דולדן אז אין דעתם דומין זה לזה, אפילו יענער האלט אנדערש ווי דיר.


איז נישט דאס דע פשוטע פשט?

פשוט פשט איז פונקט ווי אין דעתם דומה די זעלבע איז אין פרצופיהן דומה, די ווארט איז, פונקט ווי דו פארשטייסט אז יענער האט א אנדערע פרצוף און דו גייסט אים נישט צופליקן פאר דעם, פארשטיי אז יענער קען האבן א אנדערע מיינונג, און פארנעם עס.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דער מהרש"א זאגט אויפן אויבנדערמאנטן גמרא, אז דער 'אין פרצופיהן שוות', מיטן 'אין דעותיהן שוות', זענען ביסודם איינס און דאס זעלבע, ווי מיר ווייסן דאך אז מיט חכמת הפרצוף קען מען דערקענען דעם תכונת הנפש פון דעם מענטש.

ואני בעניי האב אמאל געטייטשט ביי א שבע ברכות מיט דעם הקדמה, בנוסף צו די ווערטער פונעם יד יוסף אז א פארפאלק דארפן זיין אנדערש בטבעם כדי משלים צו זיין איינער דעם צווייטנס חסרונות [והדברים ידועים, עי' בשיר מעון בתוך ס' תו"מ להחת"ס פ' תולדות], ובהקדם דברי הרמב"ן בשם רב שרירא גאון עה"כ זה ספר תולדות אדם ביום ברוא אלוקים אדם בדמות אלוקים עשה אותו, אז דאס גייט ארויף אויף דעם פנים וואס שפיגלט אפ דעם תכונת הנפש פונעם מענטש, האבמיר געזאגט בדרך אפשר וצחות, 'אשר ברא את האדם בצלמו בצלם דמות תבניתו', אז דער צלם איז א אפשפיגלונג פון דעם אינערליכן מהות פונעם מענטש, און פונקט ווי דער פנים איז אנדערש איז דער דעת אנדערש, און אזוי ארום 'והתקין לו ממנו בנין עדי עד', אז דורכן האבן פארשידנארטיגע מיינונגען און נויגונגען, קען דער שטוב האבן א קיום ודוק.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

חלום חלמתי ואני יודע מה היא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

אין פרק הרואה ווערן דערמאנט אסאך חלומות און זייער פתרון. איז אינטרעסאנט אז בנוסף צו די פתרון החלומות וואס ווערן דערמאנט אין די גמרא זעלבסט, איז דאס נאך פיל מער פארברייטערט אין סידור היעב"ץ, דער דיקער "עמדין סידור" ביי סדר הלילה נאך תפלת מעריב, עיין שם ותמצא נחת.

מ'דארף געדענקן, אז חז"ל מאכן גאר שטארק אוועק חלומות וואס האט א מינדעסטע שייכות מיט די מחשבות של יום, די ידיעות דארט זענען נאר למען האינטרעסאנטקייט, "להלכה ולא למעשה"...
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האב מיר היינט געלערנט אין די גמרא דף סא

לעולם יהיו דבריו של אדם מועטין לפני הקדוש ברוך הוא שנאמר אל תבהל על פיך ולבך אל ימהר להוציא דבר לפני האלקים כי האלקים בשמים ואתה על הארץ על כן יהיו דבריך מעטים.
איז אינטערעסאנט וואס דער מהרש"א שרייבט אויפן פלאץ, "בא לומר דגם אם יבא על האדם מדת פורענות יהיו דבריו לפני הקב"ה מעטים בבקשת רחמים ולא ידבר בו הרבה ולא יהרהר אחריו, וז"ש אל תבהל וגו' ולבך אל ימהר להוציא דבר והרהור רע לפני האלהים שהוא מדה"ד שהביא עליך פורענות, כי האלקים בשמים ואתה על הארץ, והוא רואה מלמעלה ביותר שאפשר דעביד לך דבר זה לטובה".
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דערמאן איך מיר וואס איך האב געהערט אמאל ביי א דרשה וועגן צניעות פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, אויף די היינטיגע גמרא ויבן ה"א את הצלע מלמד שבנאה הקב"ה לחוה כבנין אוצר, האט ער נאכגעברענגט די גמרא זאגט אין בבא מציעא אין הברכה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו, די ברכה פון א מענטש אין שטוב איז צוליב די ווייב, פארוואס קומט די ברכה צוליב די ווייב, נאר דער פשט איז צוליב די צניעות פון די ווייב, אז זי גייט אנגעטון בצניעות. און דאס איז דער פשט אז דער אייבערשטער האט געבויט חוה ווי א אוצר, אין א אוצר איז דא געלט, ער האט אויפגעבויט חוה אז זי זאל זיין די אוצר אין שטוב זי זאל אריינברענגן עשירות אין שטוב, און אויב זי פירט זיך בצניעות דעמאלט איז דא א אוצר אין שטוב.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דף סא ע"ב
בשעה שהוציאו את רבי עקיבא להריגה זמן קריאת שמע היה, והיו סורקים את בשרו במסרקות של ברזל, והיה מקבל עליו עול מלכות שמים, אמרו לו תלמידיו רבינו עד כאן, אמר להם כל ימי הייתי מצטער על פסוק זה בכל נפשך אפילו נוטל את נשמתך, אמרתי מתי יבא לידי ואקיימה, ועכשיו שבא לידי לא אקיימנה, היה מאריך באחד עד שיצתה נשמתו באחד.
איז באקאנט דאס ווארט וואס דער שינאווער רב ברענגט אין דברי יחזקאל בשם הישמח משה (און ס'שטייט נאך פון פריערדיגע) אז די תלמידים האבן געפרעגט פארוואס ער הרג'ט זיי נישט מיט די שם תכ"ה, וואס מיט די שם האט משה גע'הרג'ט דעם מצרי, פארדעם ווען ער האט געליינט קר"ש און מאריך געווען באחד האבן די תלמידים געפרעגט עד כאן, פארוואס זאגסטו נישט ווייטער ואהבת, זיי האבן געוואלט ער זאל זאגן ואהב'ת א'ת 'ה' וואס איז די סופי תיבות מרומז שם תכ"ה, און מיט דעם וועט ער מכניע זיין די רשעים וואס ווילן אים הרג'נען, און אויף דעם האט רע"ק געזאגט כל ימי הייתי מצטער על פסוק זה בכל נפשך אפילו נוטל את נשמתך, אמרתי מתי יבא לידי ואקיימה, ועכשיו שבא לידי לא אקיימנה, ווייל ער האט געוואלט שטארבן על קידוש ה'.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מהלך כעומד דמי!
באקאנט דעם תוס' אז ווי איז מעגליך מהלך כעומד צו זיין א מעביר ד' אמות ברה"ר?, ענפערט תוס' בקופץ אז משפרינט,
האט ר'עק"א געפרעגט דעם אייניקל ר' שלמה אייגער וועלכע איז געווארן א חסיד, אויב אזוי, צו וואס האבן די חכמים מבטל געמאכט א מצות עשה פון לולב און שופר, צוליב אזא ווייטן חשש פון מעביר זיין ד' אמות ברה"ר בשבת נאר בקופץ????....

האט ר' שלמה גענפערט (אלץ חסיד) דער זיידע פארשטייט נישט? אז מ'האט א שופר מיט א לולב אין די הענט שפרינגט מען דען נישט?.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שאץ מאץ האט געשריבן:מהלך כעומד דמי!
באקאנט דעם תוס' אז ווי איז מעגליך מהלך כעומד צו זיין א מעביר ד' אמות ברה"ר?, ענפערט תוס' בקופץ אז משפרינט,
האט ר'עק"א געפרעגט דעם אייניקל ר' שלמה אייגער וועלכע איז געווארן א חסיד, אויב אזוי, צו וואס האבן די חכמים מבטל געמאכט א מצות עשה פון לולב און שופר, צוליב אזא ווייטן חשש פון מעביר זיין ד' אמות ברה"ר בשבת נאר בקופץ????....

האט ר' שלמה גענפערט (אלץ חסיד) דער זיידע פארשטייט נישט? אז מ'האט א שופר מיט א לולב אין די הענט שפרינגט מען דען נישט?.....


צריך לומר רבי לייבעלע אייגר זצ"ל בן לבנו (מתנגד) רבי שלמה איגר זצ"ל אב"ד פוזנא
אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואטיצעך »

איינער האט עפעס תבלאות אויף די ח"י דבר גמ'
בעיקר אויף די טומאה וטהרה ווען,וואס, ווערט ווען יא טמא נישט טמא
ש'כח
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”