סיום מסכת קידושין והתחלת סדר נזיקין במסגרת זכרו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
סיום מסכת קידושין והתחלת סדר נזיקין במסגרת זכרו
אזוי ווי מען האט מגיב געווען אין אן אנדערע אשכול איבער די סיום און איבער די התחלת מסכת קידושין במסגרת זכרו - ישראל ואורייתא, פרייען מיר זיך צו מעלדן אז הנה יום זה בא, אט אט גייט פארקומען די גראנדיעזע סיום אויף סדר נשים במסגרת ישראל ואורייתא אי"ה קומענדיגע וואך זונטאג נח, פרטים דא:
-
- שר מאה
- תגובות: 158
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 9:41 am
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
א הערליכע מעמד געווען, שיין און רייך צוגעשטעלט ווי עס פאסט. כאטש מען איז היבש שנעל אויסגעלאפן פון פלאץ און פילע האבן געדארפט שטיין ארום.
די התרגשות פון די דאפלטע שמחה מיטן מסיים זיין 100 סימנים שו"ע און ענדיגן מס' קידושין איז געווען אין לשער.
כן יעזור ה' להלאה להתחיל ולסיים נאך און נאך מסכת הש"ס בעזרת השם ובסייעתא דשמיא.

- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
יצחק פריעד (YF) שרייבט
און יואל פעקעטע (Yufah) מאכט די גראפיקס
און יואל פעקעטע (Yufah) מאכט די גראפיקס
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- kyshtiper
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4287
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
- לאקאציע: קרית יואל
ריקודין של שמחה
https://www.dropbox.com/s/42u35s4j7wy7d ... 2.mov?dl=0

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
- kyshtiper
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4287
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
- לאקאציע: קרית יואל
אשרי עין ראתה "שמחת התורה" - הדרא לא אפשר למפרט!
אומבאַשרייבליכע "מחזה הוד" פון "הרמת קרן התורה"
במקהלות אלפי לומדי חבורת "זכרו", ביים מעמד האדיר
"שמחת התורה", אין "ברוקלין עקספּאָו" צענטער
-חלק א'-
"מי שלא ראה שמח"ת התור"ה זו, לא ראה שמחה מימיו" איז געווען דער התרגשות'דיגער אויסדרוק ביי די פילע טויזנטער אידן וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן דעם פּרעכטיגן מעמד אדיר וכינוס אלפי לומדי חבורת זכרו, מעמד "שמחת התורה", אפּצוצייכענען במקהלות עם די היסטארישע עררייכונגען אין לימודי ש"ס ושולחן ערוך פון די אלפים וואָס זענען אנגעשלאסן אין דער הייליגער חבורה מיסודו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ואשרי עין ראתה כל אלה!
מיר אין "מלכות סאטמאר" וועלן אייך אצינד ברענגען א קורצן באַריכט פון דעם "סדר המעמד", און אויספירליכע באַריכטן וועלן אי"ה ערשיינען סוף וואָך אין "דער איד".
דער זאַל איז געווען אויסטערליש פּראכטפול געדעקט, און דער "כבוד הציבור" האט געקלאפּט אויפ'ן שענסטן פארנעם. א מלכות'דיגע סעודה איז סערווירט געווארן דורך "אפּריון" קעיטערינג און די עסקנים האבן אויפגענומען יעדן בסבר פנים יפות. געעפנט דעם מעמד האט הרה"ג ר' דוד הערש מאיער שליט"א, מחשובי לומדי "זכרו". עס האט דאן אויפגעטרעטן איש חי ורב פעלים מוה"ר אברהם יודא שווארץ הי"ו, ממייסדי חבורת "ישראל ואורייתא".
אן איבערראשנדער מאמענט איז געווען, ווען ס'האט אויפגעטרעטן דער באַקאַנטער נדיב לב למען ספרי קודש, הטפסר מוה"ר אברהם פּנחס בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט געמאָלדן, אז צוליב זיין גרויס התרגשות פון דעם מעמד נעמט ער זיך אונטער צו מנדב זיין גמרות "שפה ברורה" ביי יעדער פרישער מסכתא פון "זכרו"!
לכבוד דעם גרויסן נדיב, הרה"ג ר' אליעזר קעסטענבוים שליט"א, פטרון זכרו הלכה, האט אויפגעטרעטן זיין איידעם, הרה"ג רבי צדוק שטאַרק שליט"א, ראש הועד ללימוד הלכה; און דאן האט מען געהערט די פלאמפייערדיגע דרשה פון "נואם הכבוד" הרה"ג רבי מיכאל בער ווייסמאַנדעל שליט"א, ר"י נייטרא.
מיט'ן "הדרן" אויף שלחן ערוך איז מכובד געווארן דער פטרון החבורה הרה"ג רבי אליעזר קעסטנבוים שליט"א, נשיא דמשק אליעזר, און געזאָגט קדיש; מיט'ן "הדרן" אויף מס' קידושין איז מכובד געווארן הנגיד מוה"ר משה יחזקי' ווייס הי"ו, מגדולי תומכי "זכרו"; מיט'ן "קדיש" אויף ש"ס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו, משב"ק רבותינו, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאַנץ, טויזנטער אידן האנט ביי האנט, "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו וחיי עולם נטע בתוכינו" — ובכן מה נהדר הי' המראה!
אין א בחינה פון "איש בשורה אנכי" האט הרה"ח ר' שאול פּערלשטיין הי"ו, ראה"ק, איבערגעגעבן דעם ציבור איבער'ן אפּקויף פון א נייע "סאטמארער קאָנטרי", און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די "דברות קודש ומשא המעמד" פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, מיט הערליכע דברי פלפול ודרוש ודברי חיזוק פאר די לומדי תורה, דעם גרויסן חיוב אויף יעדן זיך אנצושליסן אין "זכרו", און א ברכת התורה פאר די חשוב'ע נדיבים ועסקנים וחברי הנהלת הקהלה והתאחדות אברכים על רוב פעלם.
מיט "ברכת המזון" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אליעזר קעסטענבוים שליט"א, און דערנאך איז פארגעקומען דער "פּאנעל" צווישן הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א און מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו, איבער די גרויסע מעלות פון לימוד "זכרו".
הערליכע מתנות זענען פארטיילט געוואָרן פאַר אַלע משתתפים אלס זכרון נצח פון דעם גרויסן מעמד, און דער ציבור האלפים איז אהיים מלא הרגשים פון די רגעי ההוד וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן און מיט פילע הויפנס חיזוק זיך צו נעמען צו די פרישע לימודים ביתר שאת ויתר עוז, ולהגדיל תורה ולהאדירה.
גדול הי' כבוד המעמד!
(קרעדיט מלכות סאטמאר)

נאטרוליסט האט געשריבן:א דאנק KY פאר די הערליכע אינפארמאציע - כה לחי.
וואס איז דאס הדרן אויף שלחן ערוך, נאך קיינמאל אזוינס נישט געהערט, נאך מיט א קדיש אויך.
הדרן איז נאר לסימנא דמילתא לכבוד די שמחה פון מסיים זיין און זיך פארהערן 100 סימנים, מען האט פארגעלערנט א סעיף שו"א מיטן רמ"א און געזאגט קדיש אוואו נאכן שיעור.
-
- שר האלף
- תגובות: 1041
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
- לאקאציע: אינעם עולם התהו
ק. י. שטיפער , זייער שיין באשריבן אבער אויב איך מעג זאגן א ביסל קריטיק וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן אז די מסיבה איז געווען א שטיקל דורכפאל ,
קודם כל איז נישט געווען קיין פלאץ פארן רוב עולם.
דאס מאכן עס און בין הזמנים איז געווען א מיסטעק , געווארן גראד פיל מיט בחורים און די ציבור וואס איז געקומען שפעטער האט נישט געהאט ווי צו זיצן (אדער האט מען ארויס געגעבן פיל מער טיקעטס וויפיל פלאץ מען האט אנגעגרייט) ,
די ציבור וואס האט יא געהאט ווי צו זיצן איז געווען זייער צושטיפט. די עסן איז נישט אנגעקומען געהעריג צו די אינערליכע טישן ,
וואס יא איז שוין געווען קאלט׳לעך.
מען האט נישט געקענט אוועג גיין פון פלאץ פאר צוויי מעניוט,
א שטייגער ווי מכת חושך און מצרים ווער עס איז געזעצן איז געבליבן זיצן ווער עס איז געשטאנען איז געבליבן שטיין.
בכלל איז נישט געווען קיין צו שטארקע מעניוטען און זאל.
און יא אז די ברענגסט שוין יא א זינגער פון אויסלאנד לאז אים אביסל זינגען.
ביים טיילטען די מתנות איז געווען גרעסערע הריגות ווי ערב פסח ביי די מצות.
בקיצור און מיינע אויגן גאר א שוואכע מסיבה.
די פריעדיגע און עטרת אברהם איז געווען פיל געשמאקער.

- קאווע באנדל
- שר חמש מאות
- תגובות: 716
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1316
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm
גיי שוין גיי האט געשריבן:ק. י. שטיפער , זייער שיין באשריבן אבער אויב איך מעג זאגן א ביסל קריטיק וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן אז די מסיבה איז געווען א שטיקל דורכפאל ,
קודם כל איז נישט געווען קיין פלאץ פארן רוב עולם.
דאס מאכן עס און בין הזמנים איז געווען א מיסטעק , געווארן גראד פיל מיט בחורים און די ציבור וואס איז געקומען שפעטער האט נישט געהאט ווי צו זיצן (אדער האט מען ארויס געגעבן פיל מער טיקעטס וויפיל פלאץ מען האט אנגעגרייט) ,
די ציבור וואס האט יא געהאט ווי צו זיצן איז געווען זייער צושטיפט. די עסן איז נישט אנגעקומען געהעריג צו די אינערליכע טישן ,
וואס יא איז שוין געווען קאלט׳לעך.
מען האט נישט געקענט אוועג גיין פון פלאץ פאר צוויי מעניוט,
א שטייגער ווי מכת חושך און מצרים ווער עס איז געזעצן איז געבליבן זיצן ווער עס איז געשטאנען איז געבליבן שטיין.
בכלל איז נישט געווען קיין צו שטארקע מעניוטען און זאל.
און יא אז די ברענגסט שוין יא א זינגער פון אויסלאנד לאז אים אביסל זינגען.
ביים טיילטען די מתנות איז געווען גרעסערע הריגות ווי ערב פסח ביי די מצות.
בקיצור און מיינע אויגן גאר א שוואכע מסיבה.
די פריעדיגע און עטרת אברהם איז געווען פיל געשמאקער.
היינו טעמא פארוואס קהילת מהר"א האט מער נישט געמאכט א ריזיגע באמבעדיגע סיום, א סיום איז נישט א כ"א כסלו מסיבה, עס איז נישט מעגליך יעדן צו מאכן פילן באקוועם אויף אזא שטייגער, די יעצטיגע צעטיילטע סיום ביי מהר"א איז ב"ה געווען א קנאקעדיגע סוקסעס, היימיש געשמאק באקוועם און דערהויבן