קושיות והערות על שיעור היום - מסכת נדרים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קושיות והערות על שיעור היום - מסכת נדרים

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 29, 2017 12:00 pm

בס"ד

בשיר וקול תודה לקל בוחן הלבבות, קונה הכל וזוכר חסדי אבות, אשר בחר בנו מתוך אהבה וחביבות, כנסת ישראל ענף עץ עבות, ונתן לנו את תורתו התמימה נפשות משיבות, מיישר הדורים ומשובב נתיבות, אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד חטובות, נהלל בפינו ונודה על כל הטובות, על שזיכנו ללמוד ולחזור להיבחן בשאלות ותשובות, אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה עליכם חשובות, ובעזרת השי"ת זכינו לסיים מסכת כתובות!

נישא עינינו אל ההרים, בתפלה וחתנונים קולינו נרים, להמשיך ולילך בדרכי טובים וישרים, ללמוד בהתמדה ולהמשיך הסדרים, באילת אהבים ודיבוק חברים, להבין ולהשכיל דברים ברורים, דברי רבותינו קדושים וטהורים, ויהא תורתם בפינו שמורים, ובזכות לימוד התורה תעזור נא את הנשארים, לחזק ברכים כושלות ולרפא לבבות נשברים, דגלי כן תרים ותלקט נפזרים, אנה ה' תעזרנו להתחיל ולסיים מסכת נדרים!

-

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה! - לאמיר ממשיך זיין מברר צו זיין אינאיינעם די הערליכע בלעטער פון מסכת נדרים מיטן ר"ן בסיעתא דשמיא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 29, 2017 2:54 pm

עס איז כדאי צו באמערקן ווען מ'הייבט אן לערנען מסכת נדרים, די פארשידענע שינוים פון די מסכתא איבער אנדערע מסכתות הש"ס מתלמוד בבלי, סיי אין די גמרא זעלבסט און אין די מפרשי הש"ס

בעצם איז די לשון אין מסכת נדרים אנדערש ווי איבעראל, ובלשון פירוש הרא"ש בדף ב: ותו ידות אינשי, וכיוצא בזה בשאר דוכתי לישנא דתלמודא ידות מאן דכר שמיהו אלא שלשון נדרים משונה.
און באמת האב איך געטראפן א חידוש בדברי השיטמ"ק אויף די ערשטע משנה, אז נישט נאר די לשון הגמרא איז משונה נאר אפי' אין די משניות איז שוין דער לשון אן אנדערער, וז"ל בד"ה שני אוכל לך: כל לך ולי שבמסכתא זו פירושו משלי ומשלך וכו' דהאי תנא ירושלמאה הוא דקליל בלישניה.

דאס אז די פירוש המיוחס לרש"י אז עס איז נישט פון רש"י איז דאך באקאנט, ונוהגים ללמוד הגמ' עם פי' הר"ן המתוק, אויסער דעם איז דא די דערמאנטע פירוש הרא"ש וכן פי' התוס' על הדף, ביידע האבן דברים מתוקים בדרך קצרה חידושים נפלאים.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך איז אז עס איז נישטא קיין חידושי הלכות מהרש"א אויף נדרים, נאר חידושי אגדות און הגהות - די וועלט זאגט אז דער מהרש"א האט געזאגט אז היות בכל הש"ס דער מהרש"ל מגיה געווען האט ער געקענט שרייבן חידושים, אבער אין נדרים היות עס איז נישט אריבער קיין הגהות מהרש"ל איז געבליבן פאר אים די חלק ההגהה ולא כתב את חידושיו - האט דאס א מקור?

פון די שטארק אנגענומענע און געשמאקע מפרשים אויף נדרים ציילט זיך דער 'קרן אורה' און אזוי אויך זענען פארהאנען עטליכע ספעציעלע חיבורים אויף נדרים וואס מ'דערמאנט בעולם הישיבות ווי דער שלמי נדרים און נאך.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מאי 29, 2017 3:10 pm

פון רבי שלמה קליגער איז דא א הערליכע ביאור אויף נדרים
די ר"ן אין נדרים איז א מורא'דיגער און הפלא'דיגער לימוד.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג מאי 29, 2017 3:43 pm

מיללער האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע זאך איז אז עס איז נישטא קיין חידושי הלכות מהרש"א אויף נדרים, נאר חידושי אגדות און הגהות - די וועלט זאגט אז דער מהרש"א האט געזאגט אז היות בכל הש"ס דער מהרש"ל מגיה געווען האט ער געקענט שרייבן חידושים, אבער אין נדרים היות עס איז נישט אריבער קיין הגהות מהרש"ל איז געבליבן פאר אים די חלק ההגהה ולא כתב את חידושיו - האט דאס א מקור?

הסכמת החת"ס על ספר צהר לבנין ליישב השגות המהרש"א על המהרש"ל, נדפס בש"ס עוז והדר.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מאנטאג מאי 29, 2017 3:49 pm

פייערמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע זאך איז אז עס איז נישטא קיין חידושי הלכות מהרש"א אויף נדרים, נאר חידושי אגדות און הגהות - די וועלט זאגט אז דער מהרש"א האט געזאגט אז היות בכל הש"ס דער מהרש"ל מגיה געווען האט ער געקענט שרייבן חידושים, אבער אין נדרים היות עס איז נישט אריבער קיין הגהות מהרש"ל איז געבליבן פאר אים די חלק ההגהה ולא כתב את חידושיו - האט דאס א מקור?

הסכמת החת"ס על ספר צהר לבנין ליישב השגות המהרש"א על המהרש"ל, נדפס בש"ס עוז והדר.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2

ייש״כ, אינטערעסאנט.
שטייט אבער נישט נדרים, נאר מנחות און בכורות.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 29, 2017 4:10 pm

יש"כ רב מיללער פאר די פתיחה.

נאך א הערה וואס איך האב געזעהן אין די הקדמה פון ארטסקראל, אז רוב אנדערע מסכת הש"ס איז דער לשון הגמרא געדריקט לפי גירסת רש"י, און די פשט הגמרא איז טאקע מתאים לפירושו. ווידעראום אין מסכת נדרים וואס האט נישט קיין פירוש רש"י, וועט מען געפונען בכמה מקומות אז די לשון הגמרא איז אנדערש פון די גירסת הר"ן. (ענליך איז ווען מען לערנט מס' שקלים אם פי' תקלין חדתין, וואס איז באזירט אויף די גירסת רבו הגר"א.)

רצון טוב האט געשריבן:פון רבי שלמה קלוגער איז דא א הערליכע ביאור אויף נדרים.

ספר נדרי זרוזין.

רצון טוב האט געשריבן:די ר"ן אין נדרים איז א מורא'דיגער און הפלא'דיגער לימוד.

דער אלגעמיינער ארבייטער וואס לערנט א טעגליכע שיעור גמרא רש"י, קומט נישט אלץ אויס צו שפירן דעם מתיקות פון עמקות התורה. אבער מס' נדרים וואס מען לערנט מיטן פירוש הר"ן איז א וועלט פאר זיך. מיר האבן מיטגעהאלטן נדרים מיט חבורות יסודי התורה; און איך געדענק אז נישט איין מאל און נישט צוויי מאל זענען מיר ממש אינטערגעשפרינגען ביים דורכלערנען די זיסע שקלא וטריא'ס פונעם ר"ן. מען זאגט נאך פונעם הייליגן קדושת לוי (כמדומה שמעתי זאת מהרה"ג ר' יוסף חיים ג"וו שליט"א) אז אויף מסכת נדרים מיט ר"ן קריגט מען נישט קיין שכר עולם הבא, ווייל דאס לערנען אליין איז עולם הבא!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 29, 2017 4:15 pm

אוודאי האט געשריבן:
פייערמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע זאך איז אז עס איז נישטא קיין חידושי הלכות מהרש"א אויף נדרים, נאר חידושי אגדות און הגהות - די וועלט זאגט אז דער מהרש"א האט געזאגט אז היות בכל הש"ס דער מהרש"ל מגיה געווען האט ער געקענט שרייבן חידושים, אבער אין נדרים היות עס איז נישט אריבער קיין הגהות מהרש"ל איז געבליבן פאר אים די חלק ההגהה ולא כתב את חידושיו - האט דאס א מקור?

הסכמת החת"ס על ספר צהר לבנין ליישב השגות המהרש"א על המהרש"ל, נדפס בש"ס עוז והדר.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2

ייש״כ, אינטערעסאנט.
שטייט אבער נישט נדרים, נאר מנחות און בכורות.

דער חת"ס שרייבט "כגון" מנחות ובכורות.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 29, 2017 11:58 pm

בדף ג: לעבור עליו בשנים - היינו שמי שעובר על נזירותו עובר בשני לאוין, בל יחל דברו ובל ישתה.

והקשה מרן החת"ס קושיא עצומה מזה על המשנה הידועה במס' מכות (כא) יש חורש תלם אחד וחייב עליו משום שמונה לאוין, ואחד מהם חשיב שהיה נזיר בבית הטומאה. ולכאורה הרי מבואר כאן של נזיר בלבד חייב משום שתי לאוין ונמצא שלוקה משום תשעה לאוין?

והחת"ס תירץ שאה"נ ולא מיירי שם רק בכלליות שעבר על שמונה איסורים שונים אבל אה"נ שיש כמה מלקיות יותר משמונה.

אוודאי אז דער חת"ס זאגט עס איז עס א גוטע תירוץ, אבער איז פארהאן אנדערע תירוצים אויף די קשיא? עס איז לכאורה גאר א שטארקע קשיא

-

הוספה: אחרי כתבי מצאתי בתפארת ישראל על המשנה הנ"ל (מכות פ"ג מ"ט) שכ' שהגאון רבי יעקב צבי מעקעלנבורג אב"ד קעניגסבערג הקשה לו את זה, ועיי"ש מה שתירץ בב' אופנים.
ושוב ראיתי בספר המפתח על הרמב"ם הל' נזירות פ"א ה"ב שהביאו רשימה ארוכה של אחרונים שעסקו בקושיא הנ"ל

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דינסטאג מאי 30, 2017 5:59 pm

ראה בהגהות אמרי ברוך על טורי אבן ר"ה דף ד' שמתרץ כהחת"ס.

-------
אודות פירוש רש"י על נדרים, גדולים שהקשו סתירות מרש"י במסכתות אחרות על רש"י בנדרים.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=788

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 8:43 am

שאלה בפרשת השבוע והכנה לשיעור השבוע הבא, וזו תוארה:

מי שהיה נזיר ונטמא בטומאה שסותר את מנינו, מה הוא באותן ימי טומאתו עד שיטהר, ויתגלח ויבא קרבנות טומאתו, לגבי שתיית יין ותגלחת, האם סתר את מנינו לגמרי ואין עליו דיני נזיר בכלל, ומותר ביין ותגלחת, או נוהג כל דיני נזירות רק שעליו להיטהר ולהתגלח ולהביא קרבנתיו ואח"כ יתחיל עוה"פ מנין הל' יום?

אשמח לקבל התשובה עם ראיות ברורות

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג יוני 02, 2017 9:34 am

לכאורה צריך לנהוג בדיני נזירות
עי' פ"ב כריתות דף ט' נזיר שנטמא 'טומאות הרבה' מביא קרבן אחד
היאך שייך טומאות הרבה אם אינונוהג אצלו דיני נזירות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 12:04 pm

רצון טוב האט געשריבן:לכאורה צריך לנהוג בדיני נזירות
עי' פ"ב כריתות דף ט' נזיר שנטמא 'טומאות הרבה' מביא קרבן אחד
היאך שייך טומאות הרבה אם אינו נוהג אצלו דיני נזירות

ביז כריתות האט איר געמוזט גיין? אזא דין וואלט נישט געדארפט זיין מבואר אין משניות מסכת נזיר וכן ברמב"ם הל' נזירות?

בעצם על הראי' מכריתות יש לבעל דין לחלוק ולומר שאע"פ שאינו נוהג דיני נזירות באיסר שתיית יין ותגלחת (שעל זה היתה שאלתי נסובה) עכ"ז כיון שצריך להתחיל למנות ימי נזירותו מחדש, בכל פעם שמטמא א"ע מעכב בזה את התחלת המנין מחדש ואולי צריך קרבן נוסף, ע"ז כ' המשנה שמסתפק בקרבן אחד.

לגבי השאלה, פון די גמרא ומפרשים בדף ד' ע"א משמע לי מפורש שהדין כמו שכ' מעלתו שצריך לנהוג בכל דיני נזירות באלו הימים, והחידוש אצלי שעדיין לא מצאתיה מפורש בש"ס ופוסקים.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג יוני 02, 2017 12:32 pm

מיללער האט געשריבן:בדף ג: לעבור עליו בשנים - היינו שמי שעובר על נזירותו עובר בשני לאוין, בל יחל דברו ובל ישתה.

והקשה מרן החת"ס קושיא עצומה מזה על המשנה הידועה במס' מכות (כא) יש חורש תלם אחד וחייב עליו משום שמונה לאוין, ואחד מהם חשיב שהיה נזיר בבית הטומאה. ולכאורה הרי מבואר כאן של נזיר בלבד חייב משום שתי לאוין ונמצא שלוקה משום תשעה לאוין?

והחת"ס תירץ שאה"נ ולא מיירי שם רק בכלליות שעבר על שמונה איסורים שונים אבל אה"נ שיש כמה מלקיות יותר משמונה.

אוודאי אז דער חת"ס זאגט עס איז עס א גוטע תירוץ, אבער איז פארהאן אנדערע תירוצים אויף די קשיא? עס איז לכאורה גאר א שטארקע קשיא

-

הוספה: אחרי כתבי מצאתי בתפארת ישראל על המשנה הנ"ל (מכות פ"ג מ"ט) שכ' שהגאון רבי יעקב צבי מעקעלנבורג אב"ד קעניגסבערג הקשה לו את זה, ועיי"ש מה שתירץ בב' אופנים.
ושוב ראיתי בספר המפתח על הרמב"ם הל' נזירות פ"א ה"ב שהביאו רשימה ארוכה של אחרונים שעסקו בקושיא הנ"ל

אין מנחת חינוך ברענגט ער די קושיא פון שער המלך, און פרעגט מער, ס'זאל זיין צען לאווין, אויך בל תאחר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 12:36 pm

לא לנו האט געשריבן:אין מנחת חינוך ברענגט ער די קושיא פון שער המלך, און פרעגט מער, ס'זאל זיין צען לאווין, אויך בל תאחר.

אמת, צווישן די פילא מראי מקומות ווערט טאקע געברענגט די מנחת חינוך, און עס זעהט טאקע אויס אז דער 'שער המלך' איז דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא (פונקט די וואך ברענגט 'די צייטונג' די שמועס פון ר' שמעריל שולמאן שליט"א ווי ער זאגט צווישן פילע אנדערע דברים יפים בשם הגר"ח העליר זצ"ל אז "יעדע גוטע קשיא טרעפט מען אין שער המלך").

אינטערעסאנט אז די זעלבע תירוץ וואס דער מנחת חינוך ענטפערט, ענטפערט דער תפאר"י הנ"ל אין משניות מכות.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג יוני 02, 2017 1:08 pm

מיללער האט געשריבן:שאלה בפרשת השבוע והכנה לשיעור השבוע הבא, וזו תוארה:

מי שהיה נזיר ונטמא בטומאה שסותר את מנינו, מה הוא באותן ימי טומאתו עד שיטהר, ויתגלח ויבא קרבנות טומאתו, לגבי שתיית יין ותגלחת, האם סתר את מנינו לגמרי ואין עליו דיני נזיר בכלל, ומותר ביין ותגלחת, או נוהג כל דיני נזירות רק שעליו להיטהר ולהתגלח ולהביא קרבנתיו ואח"כ יתחיל עוה"פ מנין הל' יום?

אשמח לקבל התשובה עם ראיות ברורות

לכאורה א גמרא מפורשת (אויך אין כריתות...) שם דף ח: 'ור"א דקתני נזיר למשרי נפשי', ניתני נמי נזיר טמא', וברבינו גרשום שם 'ניתני נמי נזיר טמא דצריך קרבן למשרייה ביין'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 2:06 pm

איך וואלט דאס נאכנישט גערופען א גמרא מפורשת (אויב עפעס א רבינו גרשום מפורשת) ומה גם שלא הבנתי כראוי ההו"א ומסקנא שם עפ"י פירושו של רבינו גרשום, הגמ' סבר שהקרבן טומאה מתירו ביין?

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג יוני 02, 2017 2:31 pm

לגבי וואס איר פרעגט ראה http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=27

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 2:34 pm

פייערמאן האט געשריבן:לגבי וואס איר פרעגט ראה http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=27

יישר כח - בכל אופן רעדט מען נישט דארט פון אונזער שאלה, צו בעודן טמא אם לוקה על שתיית יין ותגלחת

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג יוני 02, 2017 2:36 pm

מיללער האט געשריבן:
פייערמאן האט געשריבן:לגבי וואס איר פרעגט ראה http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=27

יישר כח - בכל אופן רעדט מען נישט דארט פון אונזער שאלה, צו בעודן טמא אם לוקה על שתיית יין ותגלחת

אויב די קרבן איז מתיר בשתיית יין, איז פשט אז ביז יעצט איז ער אסור געווען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 2:52 pm

אבער דאס איז דאך נישט פשט, כמו שהבאת, נאר עס איז מקרב שתיית היין לאחר שיטהר ויתחיל למנות מחדש

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג יוני 02, 2017 3:12 pm

אויב איז ער יעצט מותר - און די נייע נזירות גייט אים פריש אסר'ן - הייסט דאס דען אז דאס איז מקרב היתר שתיית היין? ווען נישט דעם קרבן בלייבט ער דאך מותר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 02, 2017 3:20 pm

פייערמאן האט געשריבן:אויב איז ער יעצט מותר - און די נייע נזירות גייט אים פריש אסר'ן - הייסט דאס דען אז דאס איז מקרב היתר שתיית היין? ווען נישט דעם קרבן בלייבט ער דאך מותר.

נאכאמאל, קיין גמרא מפורשת איז עס נישט, און אזא ראיה האב איך א שטארקע פון אונזער גמרא מסכת נדרים ד' ע"א

בקיצור א טרוקענע הלכה, נזיר שנטמא אסור בשתיית יין אפילו בימי טומאתו, ווערט נישט געברענגט נישט במשניות ובגמרא און נישט אין רמב"ם? כאטש והימים הראשונים יפלו, און טראץ דעם וואס ער הייבט אן דאס נזירות פונדאסניי

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג יוני 02, 2017 4:52 pm

לגבי תגלחת ציין לי חכ"א למש"כ בצפנת פענח פ"י ה"א בדעת הראב"ד, אולם ראה בשו"ת בית הלוי ח"א סי' י"ז שכתב 'ואע"ג דגם בימי טומאתו יש לו כל דין נזיר ואסור בטומאה זהו מגזרת הכתוב דאסור בטומאה ויין ותגלחת כל זמן כו'.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג יוני 02, 2017 5:53 pm

מיללער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:לכאורה צריך לנהוג בדיני נזירות
עי' פ"ב כריתות דף ט' נזיר שנטמא 'טומאות הרבה' מביא קרבן אחד
היאך שייך טומאות הרבה אם אינו נוהג אצלו דיני נזירות

ביז כריתות האט איר געמוזט גיין? אזא דין וואלט נישט געדארפט זיין מבואר אין משניות מסכת נזיר וכן ברמב"ם הל' נזירות?

אדרבה אז איר טרעפט א משנה ורמב"ם מפורשת ברענגט'ס עס
גראדע די רמב"ם אין נזירות ברענגט די דין הנ"ל אז איין קרבן איז גענוג
דיין הערה אז ס'יתכן די טומאה איז א איסור נאר מכח ער שטיפט אפ די נייע מנין הנזירות
דאס איז גיט ווען ער איז זיך מטמא א טאג שפעטער, אינעם זעלבן טאג ווילסטו זאגן איז קיין פראבלעים זיך מטמא זיין נאך עטליכע מאל? קוקט נישט אזוי אויס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 04, 2017 12:28 am

בוודאי שהדין דין אמת, ואפי' אם נטמא וסתר את מנינו עדיין תורת נזירות עליו אף בימי טומאתו ולוקה על תגלחת ושתיית יין וגם אם נטמא עוה"פ, רק שחפשתי הדין מפורש במשנה וברמב"ם ולא מצאתי מתחלה, אולם בשב"ק מצאתי כמעט ברייתא מפורשת הובא בנזיר יז: ונפסק להלכה ברמב"ם פ"ו מהל' נזירות ה"ז, מי שהיה טמא ונזר אסור לגלח ולשתות יין וליטמא למתים, ואם גילח ושתה יין ונטמא למתים ה"ז סופג את הארבעים. ע"כ

והלא הדברים ק"ו ומה מי שנזר בטומאתו לוקה על הנ"ל, מי היה נזיר ונטמא עאכ"ו

תודה רבה מכל מקום על העזרה

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט